אַ גרופּע פֿון 35 עלטערן און קינדער זענען דעם 8טן יולי אָנגעקומען קיין תּל־אָבֿיבֿ נאָך אַ וואָך־לאַנגער נסיעה איבערן לאַנד. די רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות זענען געקומען פֿון ניו־דזשערזי, וואַשינגטאָן און מערילענד, כּדי צו פּראַווען אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן די בר־מיצוות און בת־מיצוות פֿון זייערע קינדער. פּלוצעם זענען זיי געווויר געוואָרן, אַז זיי געפֿינען זיך אינמיטן אַ שטאָט, וווּ עס גייט אָן אַ מלחמה.
צום ערשטן מאָל אין די לעצטע 20 חדשים איז תּל־אָבֿיבֿ אַטאַקירט געוואָרן מיט די ראַקעטן פֿון „כאַמאַס‟. די משפּחות האָבן אָבער נישט באַמערקט אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט קיין סימנים פֿון אַ מיליטערישן קאָנפֿליקט. דער טראַנספּאָרט איז געפֿאָרן, ווי געוויינטלעך; די קינדער האָבן ווײַטער געשפּילט אויף דער גאַס; די קראָמען זענען געבליבן אָפֿן און די קאַפֿעטעריעס זענען געווען געפּאַקט. קאַראַ קעסלער פֿון ספּרינגפֿעלד, ניו־דזשערזי, האָט דערציילט, אַז דינסטיק אויפֿדערנאַכט איז זי געשוווּמען, צוזאַמען מיט די אַנדערע עלטערן, אינעם באַסיין פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער „קאַרלטאָן־האָטעל‟. דעמאָלט זענען די ערשטע ראַקעטן געפֿאַלן אין דער שטאָט. פּלוצעם האָט זיך פֿון דער ווײַטנס דערהערט אַ סירענע; דער קלאַנג איז אָבער געווען זייער אַ שוואַכער. די משפּחות האָבן געזאָגט די קינדער אַרויסצוגיין פֿונעם באַסיין. באַלד נאָך דעם האָבן זיי דערהערט אַ הויכן אויפֿרײַס. קיין גרויסן פּחד האָבן זיי אָבער נישט דערפֿילט.
רחל לעווין, אַ לערערין אין שיקאַגע, איז אָנגעקומען אינעם לאַנד, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿאַר בילדונג־פּראָגראַמען וועגן ישׂראל. די קאָנפֿערענץ איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער „ציוניסטישער וועלט־אָרגאַניזאַציע‟ און מיט דער הילף פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ווען די סירענעס האָבן אָנגעהויבן הילכן, האָט זי געהאַלטן אינמיטן עס אַ וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן אין דער פּאָפּולערער תּל־אָבֿיבֿער געגנט נווה־צדק. לעווין האָט זיך דערשראָקן. זי באַזוכט כּסדר ישׂראל כּמעט יעדעס יאָר, אָבער ביז איצט זיך קיינמאָל נישט אָנגעטראָפֿן אויף קיין מיליטערישע אָפּעראַציע אָדער מלחמות. די אַנדערע מענטשן אינעם רעסטאָראַן האָבן אָפּגעפֿירט די געסט אין אַ מקום־מיקלט, וווּ זיי האָבן אָפּגעוואַרט עטלעכע מינוט. אין גיכן, האָבן זיי זיך אומגעקערט און געמאַכט אַ „לחיים‟. צום ערשטן מאָל האָט זי זיך באַקענט מיט דער רעאַלער דערפֿאַרונג פֿונעם ישׂראלדיקן לעבן בעת אַ מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.