דער פֿאַרגאַנגענער דינסטיק, דער דריטער טאָג פֿונעם חודש תּמוז, איז דער טאָג, ווען מיט 20 יאָר צוריק איז ניפֿטר געוואָרן דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן. טויזנטער חב״דניקעס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט איבער דער גאָרער וועלט, כּדי אָפּצומערקן די דאָזיקע דאַטע.
די וואָך, בין איך אויך געגאַנגען אין אַ רוסישער ליובאַוויטשער שיל, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער יאָרצײַט־סעודה. אַחוץ דעם געוויינטלעכן עולם פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען געקומען אַ צאָל אַמעריקאַנער. איינער פֿון זיי האָט מיך פּלוצעם געפֿרעגט, צי מע מוז זיך נוקם זײַן אין די פּאַלעסטינער פֿאַרן דערמאָרדן די דרײַ ישיבֿה־בחורים.
כ׳האָב געענטפֿערט, אַז הגם די מערדער האָבן אָפּגעטאָן אַ שרעקלעכע עוולה, טאָר מען נישט באַשטראָפֿן צוליב דעם אַ גאַנצע גרופּע מענטשן. דער ייִד האָט מאָדנע אַ קוק געטאָן אויף מיר און געטענהט, אַז אינעם תּנ״ך שטייט בפֿירוש יאָ געשריבן, אַז ייִדן מעגן אויסהרגענען גאַנצע פֿעלקער — די כּנענים און עמלק. האָב איך אָנגעהויבן דערציילן, אַז אויב אַפֿילו מע וואָלט געוווּסט אויף זיכער, אַז אַ געוויסער ערלעכער מענטש שטאַמט פֿון די מיסטעריעזע עמלקים, מוז מען אים מכבד זײַן און בשום־אופֿן נישט באַעוולען. אַזוי טײַטשט אָפּ דעם רמב״ם רבי יוסף קאַראָ, דער מחבר פֿונעם שולחן־ערוך.
איך האָב געוואָלט ממשיך זײַן, אָבער מײַן מיטשמועסער האָט מיך ווידער מאָדנע אָנגעקוקט און געפֿרעגט, צי איך בין אַ בעל־תּשובֿה. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער איז אַ ספֿרדישער ייִד פֿונעם סירישן שניט, און ווײַטער נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם. אויפֿן צווייטן טאָג נאָך דער סעודה בין איך געווויר געוואָרן, אַז עמעצער האָט טאַקע אָפּגעטײַטשט אַזעלכע נקמה־געדאַנקען ווי אַ הלכה־למעשׂה, און דערמאָרדעט אַ פֿאַרכאַפּטן פּאַלעסטינער ייִנגל אין ירושלים. ווי מיר ווייסן הײַנט, איז דאָס דאָזיקע שרעקלעכע פֿאַרברעכן באַגאַנגען אַ גרופּע יונגע פֿרומע ייִדן.
צוליב דער טענדענץ צו פֿאַרטיידיקן אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי דער מאַסן־מערדער ברוך גאָלדשטיין, וועלכער איז אַליין געווען נאָענט צו חב״ד, האָט ליובאַוויטש באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שטאַרק רעכטער באַוועגונג. הגם איך פֿיל זיך פּערזענלעך היימיש אין די חבֿ״ד־שילן, האָב איך שוין נישט איין מאָל באַמערקט, אַז די דאָזיקע גרופּע ציט צו זיך כּסדר צו בפֿירושע פֿאַשיסטן.
דער ליובאַוויטשער רבי האָט געגלייבט, אַז מע טאָר נישט אָפּגעבן „אַפֿילו אַ טפֿח‟ — אַ קליין שטיק — פֿון די אָקופּירטע שטחים צו די פּאַלעסטינער, ווײַל דאָס איז אַ סכּנותדיקע און נוצלאָזע טאַקטיק. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען טאַקע מסכּים זײַן, אַז דאָס האַנדלען מיטן לאַנד שטיקלעכווײַז איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂה. צוליב דעם, שטעלט דער מערבֿ־ברעג מיט זיך איצט פֿאָר אַן אומנאָרמאַלן לאַבירינט פֿון קליינע געגנטן, אָפּגעריסן איינע פֿון דער צווייטער מיט הונדערטער קילאָמעטער מויערן און שטעכיקע דראָטן.
צוליב דעם רבינס קעגנערשאַפֿט צום האַנדלען מיטן הייליקן לאַנד, איז ער געוואָרן פּאָפּולער צווישן די עקסטרעמסטע רעכטע ייִשובֿניקעס און זייערע מיטדענקער. אין דער זעלבער צײַט, איז דער רבי נישט געווען אַ ציוניסט. ער האָט כּסדר געדרשט, אַז אין ארץ־ישׂראל הערשט „אַ טאָפּלטער און פֿילפֿאַכיקער גלות‟, ערגער ווי אין אַנדערע לענדער. אין איין בריוו דערקלערט ער, אַגבֿ, אַז אַ ייִדיש־רעדנדיקע ישיבֿה מוז מוסר־נפֿש זײַן, כּדי אָפּצוהיטן די שפּראַך, און בשום־אופֿן טאָר נישט אַריבערגיין אויף העברעיִש.
אינעם יאָר 1963, האָט דער ליובאַוויטשער רבי געענטפֿערט אויף אַ בריוו פֿון אַ געוויסן מענטש, וועלכער האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אונדזער צײַטונג, און דערקלערט, אַז צווישן תּורה און סאָציאַליזם איז נישטאָ קיין סתּירה. אַדרבה, „אויב עס זײַנען נאָך דאָ אַזעלכע, וועלכע זעען דאָ אַ קאָנפֿליקט פֿון גרונט־אידעען, קומט עס פּשוט פֿון אומוויסן‟.
דער רבי גיט צו, אַז „אינמיטן ברען פֿון דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד‟ האָט ער פּערזענלעך געקענט גאָר ראַדיקאַלע סאָציאַליסטן, וועלכע זײַנען געווען גאַנץ פֿרומע ייִדן. צום באַדויערן, ווערט אין דער אָפֿיציעלער אויסגאַבע פֿון געזאַמלטע בריוו נישט דערמאָנט דער נאָמען פֿונעם אַדרעסאַט. עס באַקומט זיך, אַז די קלאַנגען וועגן דער רעכטער פּאָליטישער אָריענטאַציע פֿונעם ליובאַוויטשער רבין זענען איבערגעטריבן. פֿונעם קאָנטעקסט זעט אויס, אַז דער רבי האָט געמיינט די ייִדישע שטיצער פֿון דער אוקראַיִנישער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג, בראָש מיט נעסטאָר מאַכנאָ.
דער דערמאָנטער אומאָנגענעמער שמועס אין דער שיל האָט מיר דערמאָנט, אַז דער יאָרצײַט פֿונעם ליובאַוויטשער רבין איז אויך פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדער באַרימטער קאָנטראָווערסאַלער פֿיגור — יהושע בן־נון. לויטן מדרש, איז עס דער טאָג, ווען די זון האָט זיך אָפּגעשטעלט, ווען די ייִדן האָבן געהאַלטן אַ מלחמה קעגן דער כּנענישער שטאָט גבֿעון. דער דאָזיקער נס, באַגלייט מיטן האָגל, וועלכער האָט צעקלאַפּט אויף טויט אַ סך תּושבֿים פֿון דער שטאָט, איז געווען אַ סימן פֿון יהושעס צידקות.
פֿאַרן ליובאַוויטשער רבין איז דער דריטער תּמוז געווען אַ וויכטיקע פּערזענלעכע דאַטע, ווײַל זײַן שווער, דער פֿריִערדיקער רבי, איז דעם דאָזיקן טאָג, אינעם יאָר 1927, באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער סאָוועטישער תּפֿיסה, וווּ עס האָט אים געדראָט אַ טויט־שטראָף פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן אַן אַנטי־באָלשעוויסטישן נוסח פֿון ייִדישקייט. דער רבי אַליין האָט אַסאָציִיִרט זײַן צוקונפֿטיקן יאָרצײַט מיט יהושע בן־נונס נס און אָנגערופֿן דעם דאָזיקן טאָג „אתחלתּא דגאולה‟ — דער אָנהייב פֿון זײַן שווערס באַפֿרײַונג, וועלכן זײַן איידעם האָט באַטראַכט ווי אַ געשעעניש פֿון אַ משיחישן מאַסשטאַב.
ווען מע לייענט בוכשטעבלעך דעם תּנ״כישן ספֿר־יהושע, מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער עיקר־תּלמיד פֿון משה רבינו איז געווען, חלילה, אַ מין פֿאָרלויפֿער פֿון די נאַציס. אינעם דאָזיקן ספֿר ווערט דערציילט, ווי ייִדן האָבן, אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט, איבערגענומען ארץ־ישׂראל און סיסטעמאַטיש אויסגעהרגעט די דאָרטיקע פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט פֿרויען און קינדער. אין דער ענגלישער „וויקיפּעדיע‟ שטייט געשריבן, ווי אַ באַשטעטיקטער פֿאַקט, אַז יהושע בן־נון איז באַגאַנגען אַן אַקט פֿון גענאָציד.
צוליב דעם, שעמען זיך אַ סך הײַנטצײַטיקע ליבעראַלע ייִדן מיט אַזאַ פּערסאָנאַזש. אַ סך וועלטלעכע פֿאָרשער גלייבן, אַז דער ספֿר־יהושע איז בלויז אַן אויסטראַכטעניש. די שפּעטערדיקע תּנ״כישע ספֿרים און די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען ווײַזן טאַקע, אַז קיין סיסטעמאַטישע פֿאַרניכטונג פֿון די כּנענים איז נישט געווען. להיפּוך, טרעפֿן זיך אַזעלכע פּארשוינען, וואָס פּרעדיקן פֿאַשיסטישע געדאַנקען דווקא אויפֿן סמך פֿון די אוראַלטע ייִדישע מלחמות. למשל, הרבֿ נועם פּערל, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער רעליגיעז־ציוניסטישער באַוועגונג „בני עקיבֿא‟, האָט דעם 30סטן יוני, גלײַך פֿאַרן ליובאַוויטשער רבינס יאָרצײַט, גערופֿן נאָכצומאַכן דעם מוסטער פֿון די תּנ״כישע העלדן און אויסצוהרגענען לשם נקמה „הונדערטער, אויב נישט טויזנטער, אַראַבער‟.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט האָט מען קיינמאָל נישט באַטראַכט יהושעס טעטיקייט ווי אַן עטנישע רציחה אינעם הײַנטיקן זין פֿון וואָרט. די חז״ל דערקלערן, אַז ייִדן האָבן געפֿירט אַ מלחמה קעגן דער כּנענישער געצנדינערײַ, מיט אירע מענטשלעכע קרבנות און אַנדערע פֿינצטערע מעשׂים. די, וואָס האָבן אָפּגעוואָרפֿן די עבֿודה־זרה, האָט מען געמוזט דווקא מכבד זײַן ווי ערלעכע מענטשן, ווי איך האָב געפּרוּווט צו דערקלערן יענעם מענטש אין דער שיל. אַ טייל מפֿרשים דערקלערן, אַז די כּנענים האָבן אַפֿילו געמעגט גלייבן ווײַטער אין זייער פּאַגאַנישער רעליגיע, אָבער מיט געוויסע תּנאָים. אַפֿילו בעת דער מלחמה, האָט מען געגעבן די תּושבֿים פֿון די שטעט אַ מעגלעכקייט צו אַנטלויפֿן. ס׳איז מערקווירדיק, אַז יהושע אַליין האָט חתונה געהאַט מיט דער כּנענישער זונה רחבֿ, וועלכע האָט זיך מגייר געווען און געוואָרן אַן ערלעכע ייִדישע פֿרוי. לויט דער ייִדישער מסורה, האָט יהושע געפֿירט אַ רעליגיעזע מלחמה, ווי אַ מין „ייִדישער כאַליף‟.
ווי געזאָגט, דערמאָנט דער ליובאַוויטשער רבי אין אַ בריוו, אַז ער האָט געקענט נישט ווייניק פֿרומע לינקע. הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן (1878־1957), אַ באַקאַנטער חב״דניק, האָט אינעם יאָר 1913, אין שײַכות מיטן מישפּט איבער מענדל בייליס, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף רוסיש אַ בראָשור מיטן נאָמען „ייִדישקייט און בלוט‟, וווּ ער דערקלערט, אַז „די ייִדישע אמונה איז געווען דער ערשטער אַקטיווער כּוח אין דער מענטשלעכער געשיכטע, וואָס שטעלט דעם ציל צו צעשטערן אַלע גרענעצן צווישן פֿעלקער, קלאַסן און רעליגיעס‟. שפּעטער, ווען חן האָט געדינט ווי אַ רבֿ אין דער באַקאַנטער ירושלימער שיל „ישורון‟, האָט ער ווײַטער אַנטוויקלט זײַנע אינטערנאַציאָנאַליסטישע געדאַנקען, דווקא אויפֿן סמך פֿון חסידות־חב״ד.
ווי אַן אַנדער בײַשפּיל, קאָן מען דערמאָנען דעם לינקן חב״ד־רבֿ זלמן־ברוך ראַבינקאָוו, וועלכער האָט משפּיע געווען אויפֿן פֿילאָסאָף עריך פֿראָם און דעם פֿרומען סאָציאַליסט, טעריטאָריאַליסט און ייִדישיסט יצחק־נחמן שטיינבערג. אַן אַנדער באַקאַנטער טעריטאָריאַליסט און ייִדישער שרײַבער, דער היסטאָריקער מיכאל אַסטור, האָט שטיצט די טעאָריע, וועלכע איז געוואָרן פּאָפּולער אין יענער תּקופֿה, לויט וועלכער די אוראַלטע ביבלישע געשעענישן אין ארץ־כּנען זענען געווען אַ טייל פֿון אַ רעוואָלוציאָנערן אויפֿשטאַנד; די אָרטיקע דערנידעריקטע אָרעמע קלאַסן האָבן געפֿירט אַ קלאַסן־מלחמה קעגן דער כּנעניש־מיצרישער מאַכט.
אַזאַ טעאָריע איז גוט באַקאַנט צווישן די הײַנטיקע אַקאַדעמישע פֿאָרשער. אירע באַקאַנטסע גרינדער זענען געווען די פּראָפֿעסאָרן דזשאָרדזש מענדענהאָל און נאָרמאַן גאָטוואַלד. די אַנטלאָפֿענע מיצרישע שקלאַפֿן האָבן געקעמפֿט, צוזאַמען מיט די פּשוטע כּנענים, קעגן די אָרטיקע אַריסטאָקראַטישע קלאַנען, וועלכער ווערן געשילדערט אינעם תּנ״ך ווי די „פֿעלקער‟, וואָס זענען געזעסן אין די שטעט־פֿעסטונגען. לויט דער דאָזיקער היסטאָרישער שיטה, איז דאָס ייִדישע פֿאָלק אויפֿגעקומען, אויף אַ גרויסער מאָס, ווי אַ רעוואָלוציאָנערע מאַסן־באַוועגונג, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַ סך אָרטיקע כּנענישע גרים. לויט אַזאַ אָפּטײַטש, איז יהושע בן־נון געווען אַ רעוואָלוציאָנער.
מסתּמא, וועלן די היסטאָריקער קיינמאָל נישט אויסגעפֿינען אויף זיכער, וואָס ס׳איז געשען מיט איבער 3000 יאָר צוריק אינעם אוראַלטן ארץ־כּנען. אַפֿילו די ביאָגראַפֿיע פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן בלויז מיט 20 יאָר צוריק, איז שוין באַוואַקסן מיט כּלערליי סתּירותדיקע אַפּאָקריפֿישע לעגענדעס, צוליב וועלכע ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין די פּרטים פֿון זײַנע פּאָזיציעס.
דער ספֿר־יהושע, ווי מע זאָל אים נישט אָפּטײַטשן, בלײַבט אַ דערציילונג וועגן אַ בלוטיקער מלחמה. ס׳איז אָבער כּדאַי זיך צו באַקענען בעסער מיט אַזעלכע פֿאַקטן, ווי דער דערמאָנטער בריוו פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, און ס׳איז אַוודאי שענער אויפֿצונעמען יהושע בן־נון ווי אַ מין רעוואָלוציאָנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.