אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, האַלטן, אַז זיי האָבן אַנטדעקט די ערשטע פֿאַרצײַטיקע שיל־מאָזאַיִק, וואָס שילדערט אַ נישט־תּנכישע טעמע. די שיל געפֿינט זיך אין חוקוק (כוקאָק), אינעם דרום־טייל פֿונעם גליל, ישׂראל, און שטאַמט פֿונעם פֿינפֿטן יאָרהונדערט.
די פֿאָרשער קומען פֿונעם צפֿון־קאַראָלײַנער אוניווערסיטעט, בריגהאַם־יאָנג אונירווערסיטעט, טריניטי־אוניווערסיטעט אין טעקסאַס, טאָראָנטער אוניווערסיטעט און ווײַאָמינג־אוניווערסיטעט.
צוויי פֿריִערדיקע מאָזאָיִקן, וואָס די פֿאָרשער האָבן געפֿונען אין דער שיל, שילדערן יאָ תּנחישע טעמעס. אין 2012 האָבן זיי געפֿונען אַ בילד, וואָס ווײַזט ווי שמשון הגיבור פֿאַרבינדט די עקן פֿון עטלעכע פֿוקסן מיט שטורקאַצן (שופֿטים 15:4), און פֿאַראַיאָרן האָבן זיי געפֿונען אַ צווייטע מאָזאַיִק, ווי שמשון טראָגט דעם עזה־טויער אויף די פּלייצעס (שופֿטים 16:3).
די דריטע מאָזאַיִק, וואָס זיי האָבן אַנטדעקט אין 2013, און האַלטן נאָך אַלץ אין מיטן אויסגראָבן, ווײַזט אַ גאָר אַנדערע טעמע. די מאָזאַיק איז צעטיילט אויף דרײַ פּאַנעלן בײַ דער מיזרח־וואַנט, און ווײַזט ווי די שפּיזן שטעכן אײַן אַ בלוטיקן בוהײַ, ווי אויך „אַ סאָלדאַט וואָס האַלט בײַם שטאַרבן, אָדער איז שוין געשטאָרבן, מיט אַ פּאַנצער אין דער האַנט‟, האָבן די עקספּערטן איבערגעגעבן אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט.
די אַנדערע צוויי פּאַנעלן שילדערן אַ גרופּע יונגע מאַנסבילן, וועלכע שטייען לעבן אַן עלטערן מאַן מיט אַ מגילה אָדער ספֿר־תּורה, און אויך „אַ סאָלדאַט מיט אַ באָרד, אָנגעטאָן אין סאָלדאַטסקער קליידער און אַ פּורפּור ראָק, וועלכער פֿירט אַ בוהײַ בײַ די הערנער; עס באַגלייט אים אַ גרופּע סאָלדאַטן און העלפֿאַנדן, באַוואָרנט מיט פּאַנצערס. דער סאָלדאַט טרעפֿט זיך מיט אַ גראָ־האָריקן עלטערן ייִד מיט אַ באָרד, וועלכער טראָגט אַ יום־טובֿדיקן ווײַסן ראָק, און ווערט באַגלייט פֿון יונגע מענער מיט שווערדן, וועלכע זענען אויך אָנגעטאָן אין ווײַסע ראָקן.‟
די אָנפֿירערין פֿונעם פּראָיעקט, ד״ר דזשאָדי מאַגנעס, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאָרצײַטיקער ייִדישער געשיכטע בײַם צפֿון־קאַראָלײַנער אוניווערסיטעט, האָט דערקלערט, אַז קאַמף־העלפֿאַנדן זענען געוויינטלעך פֿאַרבונדן מיט אַלכּסנדר מוקדון און די גריכישע אַרמייען. דאָס בילד קאָן זײַן אַן אָנהערעניש צו דער לעגענדע, אַז אַלכּסנדר האָט אַ מאָל זיך געטראָפֿן מיטן כּהן־הגדול אין ירושלים.
אויף דער פֿראַגע, צי די העלפֿאַנדן (און אָנגעצונדענע בוימל־לאָמפּן אויפֿן צווייטן פּאַנעל) פֿאַררופֿן זיך אפֿשר אויף דער מעשׂה פֿון חנוכּה און דעם אויפֿשטאַנד פֿון די מכּבייער, האָט מאַגנעס געענטפֿערט, אַז זי און אירע קאָלעגעס האָבן לכתּחילה אויך געטראַכט וועגן דער מעגלעכקייט, אָבער געוויסע סימנים ווײַזן אָן, אַז מסתּמא נישט.
„מיר וועלן דאַרפֿן נאָך ווײַטער שטודירן די מאָזאַיִק, איידער מיר וועלן קענען פֿאַרעפֿנטלעכן אונדזערע אויסטײַטשונגען,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.