פֿון מײַנע ישׂראלדיקע סטודענטן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אין העברעיִש האָט זיך באַוויזן אַ וואָרט — טוקבק (טאָקבעק) — פֿאַר די פּירושים, וואָס אייניקע לײַט פֿוילן זיך ניט צו שרײַבן אונטער די אינטערנעץ-אַרטיקלען. אין ענגליש מיינט talkback גאָר אַן אַנדער זאַך, אַזוי אַז „טאָקבעק‟ געהערט צו די אַזוי-גערופֿענע כּמו-אַנגליציזמען, ווי אַ שטייגער handy אין דײַטש מיטן באַטײַט פֿון „מאָביל־טעלעפֿאָן‟. אַזוי צי אַזוי, ווי מיר זאָלן די אינטערנעץ-פּירושים ניט רופֿן, באַווײַזן זיי זיך אָפֿט אויך אונטער די „פֿאָרווערטס‟-אַרטיקלען.
גאָר ניט זעלטן זײַנען די קאָמענטאַרן אויפֿן „פֿאָרווערטס‟-וועבזײַטל אָנגעשריבן דורך די לייענער, וועלכע האָבן ניט באַקומען קיין געהעריקע וועלטלעכע בילדונג און האָבן שוועריקייטן מיט פֿאַרשטיין געוויסע ווערטער צי געשעענישן. למשל, אונטער מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל וועגן דעם דײַטשישן שרײַבער ליִאָן פֿויכטוואַנגער האָבן זיך באַוויזן צוויי „טאָקבעקס‟. אין איינעם שרײַבט דער לייענער: „וואָס איז דאָס ׳אַגיטפּראָפּ׳? דער איבערטײַטש כּלי זאָגט אונדז נישט.‟ אַנשטאָט צו פֿאַרטײַטשן דאָ דאָס וואָרט „אַגיטפּראָפּ‟, וויל איך פֿאָרלייגן, אַז טאָמער אַ האַרבער, ניט קיין באַקאַנטער באַגריף באַווײַזט זיך אין עפּעס אַ טעקסט, דאַרף מען עס פּרוּוון, קודם-כּל, אויסזוכן אין אינטערנעץ. למשל, מע קען זייער גרינג געפֿינען דעם טײַטש, אויב מע זוכט עס, למשל, ווי “agitprop” אָדער „אגיטפרופ‟.
און נאָך איין פֿראַגע מצד „יואל חסיד‟ — האָט אַרויסגערופֿן מײַן פֿויכטוואַנגער-אַרטיקל:
„טײַערער מחבר חשובֿער פּראָפֿ׳ עסטרײַך שליט”א,
ס‘איז זייער שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַרן הײַנטיקן חסידישן יונגערמאַן, וואָס אונדז [= מיר] זײַנען די ייִדיש-רעדער פֿון הײַנט-צו-טאָגס, צו פֿאַרשטיין, וואָס רוסלאַנד האָט געטאָן שלעכט, אַז ער [פֿויכטוואַנגער] האָט איר [= זי] פֿאַרטיידיקט. ביטע שרײַבט קאָנטעקסט ווײַל מיר זענען נישט געבוירן אין רוסלאַנד אָדער, ווי אונדזערע זיידעס, אין אייראָפּע, ס׳רובֿ וויליאַמסבורג, באָראָ-פּאַרק, מאָנסי, מאָנרוי איז אונטער 30 אָדער 40 יאָר. ווען אימער איר באַשרײַבט די געשיכטע פֿון קאָמוניזם, ביטע שרײַבט אָן אין קורצן, וואָס זיי האָבן געטאָן שלעכט.
אַ דאַנק פֿון פֿאָרויס!‟
דער לייענער איז, אין תּוך אַרײַן, גערעכט: מע דאַרף פֿאַרשטיין, אויף וועלכן עולם דײַן שרײַבערײַ איז אויסגערעכט געוואָרן. דאָס איז היסטאָריש געווען אַ וויכטיקע פּראָבלעם פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, נאָך מיט אַריבער הונדערט יאָר צוריק. די שרײַבער זײַנען געווען אַזוי אָדער אַנדערש אויסגעלערנט אין וועלטלעכע לימודים, אָבער דער דורכשניטלעכער לייענער איז געווען בערך אַזאַ ווי דער חשובֿער „יואל חסיד‟, וואָס איז, בלי-ספֿק, זייער גוט באַהאַוונט אין רעליגיעזע ענינים (אין וועלכע איך בין כּמעט אַ פֿולער עם-האָרץ), אָבער ווען עס קומט צו געשיכטע איז אים שווער צו געפֿינען דעם נייטיקן קאָנטעקסט.
צום באַדויערן, קען איך ניט אין קורצן דערציילן, וואָס רוסלאַנד האָט געטאָן שלעכטס אין די סאָוועטישע צײַטן. וועגן דעם זײַנען שוין אָנגעשריבן און ווערן נאָך אַלץ געשריבן הונדערטער ביכער, פֿון פֿרומע ייִדן בתוכם. מיט סטודענטן לערן איך עס „בקיצור‟ אין משך פֿון אַ זמן. די איינציקע זאַך קען מען זאָגן על-רגל-אַחת, אַז קיין גוטע תּקופֿה איז עס ניט געווען, בפֿרט פֿאַר ייִדן. למאַי האָבן הונדערטער טויזנטער סאָוועטישע ייִדן געוואָלט פֿאַרלאָזן זייערע היימען? פֿון אַ גוט לעבן לויפֿט מען דאָך ניט אַזוי.
אַ סבֿרא, אַז די סאָוועטישע דערפֿאַרונג איז יאַקאָס פֿאַרבײַגעגאַנגען אומבאַמערקט פֿאַר אונדזערע פֿרומע לײַט. אַנדערש וואָלטן זיי זיך ניט געקושט אַזוי הייס מיטן רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, וועלכער שלעפּט רוסלאַנד צוריק אין דער סאָוועטישער תּקופֿה. אָבער ניט דער סאָוועטישער אידעאָלאָגישער פּרצוף פֿון פּוטינען, ניט זײַן פֿרעכע אַגרעסיווע פּאָליטיק, בפֿרט אין אוקראַיִנע, האָבן ניט אָפּגעשטעלט די רבנים פֿון ישׂראל, עסטרײַך, בעלגיע, גרויס-בריטאַניע, דײַטשלאַנד, איטאַליע, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד גופֿא טרעפֿן זיך מיטן רוסישן פּרעזידענט דעם 9טן יולי.
ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין דעם איצטיקן מצבֿ, ווען די מערבֿדיקע וועלט פֿירט אײַן סאַנקציעס קעגן פּוטינס רעזשים, מיינט אַזאַ באַגעגעניש אַ שטיצע דעם רעזשים און זײַן פּאָליטיק. דערצו האָט מען עס פֿאַרטײַטשט אין דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע ווי אַ שטיצע מצד דער גאַנצער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט, גלײַך ווי די גרופּע רבנים האָבן פֿאָרגעשטעלט אויך מיך און אַזעלכע ווי איך. פּוטין און זײַן אַרום האָבן עס באַשריבן ווי אַ מעכטיקע ייִדישע האַנט, אויסגעצויגן צו אים, מחמת מאָסקווע פֿירט כּלומרשט אַ קאַמף קעגן דעם „אוקראַיִנישן פֿאַשיזם‟, הגם פֿאַשיסטישע אידעען זײַנען ניט צו פֿאַרגלײַכן מער כאַראַקטעריסטיש דווקא פֿאַר פּוטינען און זײַן כּנופֿיא. אַגבֿ, דער דאָזיקער פֿאַקט איז זיך ממש פֿרוידיאַניש אַרויס אין פּוטינס ווערטער, ווען ער האָט, בעת דער באַגעגעניש, ציטירט היטלערס פּראָפּאַגאַנדע-מיניסטער יאָזעף געבעלס און כאַראַקטעריזירט אים ווי אַ „טאַלאַנטירטער מענטש‟.
איך האָב נאָך ניט פֿאַרשטאַנען, וואָס פֿאַר אַ סיבה האָט געבראַכט די רבנים קיין רוסלאַנד: איז עס געווען אַ סימן פֿון נאַרישקייט צי עם-הארצות, אָדער פֿון ביידע זאַכן צוזאַמען? קיין כּשרע זאַך איז עס זיכער ניט געווען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.