לאַריסאַ סעמיאָנאָוואַ איז צוגעגאַנגען צו אַ שיינעם גרויען ציגל־בנין און דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַמאָל די שיל, וווּ איר קהילה פֿלעגט דאַוונען. הײַנט אָבער דינט פֿאַר דעם אַ באַשיידן הילצערן הויז, וואָס שטייט ווײַטער אַראָפּ אויף דער נאַריאַן־גאַס.
אין דער שיל האָבן אויף אונדז געוואַרט פֿיר פּענסיאָנערן. סוועטלאַנאַ אוטקינאַ, אַ 61־יאָריקע פֿרוי, האָט מיר געוויזן אַן אייגנאַרטיקן סידור, צונויפֿגעשטעלט דורך אַליעזר סעמיאָנאָוו און געדרוקט אינעם יאָר 1907. אינעם גאַנצן 500־זײַטיקן בוך האָב איך נישט געפֿונען קיין איין ייִדישן אות; אַלע תּפֿילות זענען אָנגעשריבן אויף רוסיש, לויטן אַלטן פֿאַררעוואָלוציאָנערן אויסלייג. אוטקינאַ האָט דערקלערט, אַז זי איז נישט קיין ייִדישע פֿרוי, נאָר אַ „סובאָטניצע‟ — דערפֿאַר קאָן זי זיך באַגיין אָן עבֿרי.
די פֿינף פֿרויען אין דער אַרמענישער שטאָט סעוואַן זענען צווישן די לעצטע סובאָטניקעס אינעם לאַנד — די אייניקלעך פֿון רוסישע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט אינעם 18טן יאָרהונדערט און האָבן אָנגעהויבן מלן זייערע קינדער, און מקיים זײַן אַזעלכע ייִדישע מיצוות, ווי שבת און כּשרות. דער נאָמען פֿון דער גרופּע שטאַמט פֿונעם רוסישן וואָרט „סובאָטאַ‟ — שבת.
די רוסישע צאַרישע מאַכט האָט באַשלאָסן צו איזאָלירן די „געפֿערלעכע‟ סעקטע פֿון די געוויינטלעכע אָרטאָדאָקסישע קריסטן, און פֿאַרשיקן זיי אין ווײַטע ראַיאָנען פֿון סיביר, דרום־רוסלאַנד, קאַווקאַז און צענטראַל־אַזיע, וווּ עס האָבן זיך שוין באַזעצט צוויי אַנדערע פֿאַרשיקטע גרופּעס — די מאָלאָקאַנער און דוכאָבאָרן. דער נאָמען פֿון דער ערשטער גרופּע שטאַמט פֿונעם רוסישן וואָרט „מאָלאָקאָ‟ — מילך. מסתּמא, האָט עס צו טאָן מיט זייערע ספּעציפֿישע מינהגים אין שײַכות מיט מילכיקע מאכלים. די דוכאָבאָרן, וואָס זייער נאָמען מיינט „די קעמפֿער פֿון גײַסט‟ זענען באַקאַנט מיט זייערע פּאַציפֿיסטישע און אַנאַרכיסטישע טענדענצן, צוליב וועלכע די צאַרישע מאַכט האָט זיי געהאַלטן פֿאַר אַ געפֿערלעכער און שעדלעכער סעקטע.
אין אַרמעניע וווינען נאָך אַלץ עטלעכע טויזנט מאָלאָקאַנער. די סובאָטניקעס זענען אָבער הײַנט אַ זעלטנקייט. דער רעזשיסאָר וואַרטאַן אַכטשיאַן האָט זיך באַקענט מיט זיי בעת זײַן אַרבעט איבערן דאָקומענטאַר וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אַרמעניע, געשאַפֿן אינעם יאָר 2002. אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדן, וועלכע האָבן רעפּרעזענטירט אַ גערודפֿטע, אָבער אַן אָנערקענטע, רעליגיע, האָט די רוסישע רעגירונג נישט געלאָזט די סובאָטניקעס צו עפֿענען אייגענע שילן.
געוויסע סובאָטניקעס האָבן זיך מגייר געווען און זיך אויסגעמישט מיט די ייִדן. אַ טייל פֿון זיי האָבן אָבער דווקא נישט געטאָן. אינעם יאָר 1920, האָבן זיי געהאַט אין סעוואַן אַן אַנטוויקלטע קהילה, בראָש מיטן „חכם‟ — „כאַכאַם‟, וועלכער האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿונעם חזן, מוהל און שוחט.
די 86־יאָריקע מאַריאַ סאָלאָוויאָוואַ האָט אָנגערופֿן די ייִדישע יום־טובֿים, וועלכע טראָגן בײַ איר בלויז רוסישע נעמען. זי האָט דערקלערט, אַז פּסח איז פֿאַר זייער קהילה באַזונדערס וויכטיק, אָבער חנוכּה — דווקא נישט. סאָלאָוויאָוואַ האָט אויך געזאָגט, אַז אין איר קהילה האָט מען קיינמאָל נישט געפּראַוועט חנוכּה, ווײַל דער דאָזיקער יום־טובֿ איז אַקטועל, לויט איר, בלויז פֿאַר די אײַנגעבוירענע עטנישע ייִדן.
סעמיאָנאָוואַ האָט דערקלערט, אַז אין דרום־רוסלאַנד לײַדן די סובאָטניקעס סײַ פֿון אַנטיסעמיטיזם, סײַ פֿון דער אַנטי־אַרמענישער שׂינאה, צוליב זייער אַקצענט. הגם זיי רעדן אויף רוסיש, קאָנען זײַטיקע מענטשן פֿאַרשטיין, אַז זיי זענען אויסגעוואַקסן צווישן די אַרמענער.
די איינציקע אייגענע ספֿר־תּורה האָבן די סעוואַנער סובאָטניקעס מנדבֿ געווען פֿאַר יערעוואַנער שיל „מרדכי נבֿיא‟. דער איינציקער רבֿ אינעם לאַנד, גרשון בורשטיין — אַ ליובאַוויטשער שליח — גלייבט, אַז די דאָזיקע ספֿר־תּורה שטאַמט פֿון אוקראַיִנע. בורשטיין באַציט זיך צו דער אומגעוויינטלעכער קהילה מיט אַ גרויסן אינטערעס, הגם ער האַלט זיי נישט פֿאַר ייִדן על־פּי הלכה.
ווי אַ בײַשפּיל פֿון זייער אייגנאַרטיקייט, האָט בורשטיין דערמאָנט, אַז פּורים — דער טאָג, ווען די מענער־סובאָטניקעס פֿלעגן זיך גאָר שטאַרק אָנטרינקען — האָבן זיי אָפּגעטײַטשט, אויפֿן סמך פֿונעם נאָמען „מרדכי‟, ווי „מאָרדאָבוי‟, וואָס מיינט אויף רוסיש אַ געשלעג. הײַנט, ווי עס האָט זיך באַקלאָגט אַנאַ זשעלטוכינאַ, אַן עלטערע פֿרוי אין אירע 80ער, זענען אָבער מער נישט געבליבן קיין יונגע יאַטן אין איר קהילה — בלויז אַ קנאַפּע צאָל זקנים. זשעלטוכינאַ האָט אונטערגעשריבן אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם אַלטן רוסיש ייִד, געגעבן עס מיר במתּנה און דערקלערט, אַז אין 10־15 יאָר אַרום וועט, מסתּמא, איר קהילה אינגאַנצן אונטערגיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.