דעם 13טן יולי, האָט אַן אַמעריקאַנער פֿעדעראַלער פּאָליציאַנט געשאָסן בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין לאָס־אַנדזשעלעס, כּדי אָפּצושטעלן די פּראָ־פּאַלעסטינער קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן.
דער לאָס־אַנדזשעלעסער פּאָליציי־דעפּאַרטאַמענט האָט איבערגעגעבן דעם אָרטיקן ייִדישן זשורנאַל, אַז בערך 1,200 שטיצער פֿון ישׂראל האָבן זיך פֿאַרזאַמלט זונטיק נאָכמיטאָג לעבן דעם פֿעדעראַלן בנין אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון דער שטאָט. לכל־הפּחות דרײַ מענטשן זענען צוגעקומען צו די דערמאָנסטראַנטן, טראָגנדיק פּאַלעסטינער פֿאָנען און הילצערנע שטעקנס. לויט דעם לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן זשורנאַל, האָבן זיי געגעבן עטלעכע מענטשן אַ קלאַפּ. די מענער האָבן דערקלערט דער צײַטונג, אַז זיי זענען פּאַלעסטינער, און וווינען אין אַנאַהײַם, קאַליפֿאָרניע.
ווען מע האָט אָפּגעשטעלט דאָס געשלעג, האָבן די מענער זיך אומגעקערט צו זייער לאַסט־אויטאָ און געוואָלט אַוועקגעפֿאָרן. ברײַען טאָמאַס, אַן אָפֿיציר פֿונעם פּאַטרול־אָפּטייל בײַם לאָס־אַנדזשעלעסער פּאָליציי־דעפּאַרטאַמענט, האָט איבערגעגעבן דעם ייִדישן זשורנאל, אַז ווען די קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן האָבן זיך געלאָזט אין וועג, האָט אַ פֿעדעראַלער פּאָליציאַנט פֿונעם דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד־זיכערהייט, אויסגעשאָסן אויפֿן אַוועקפֿאָרנדיקן אויטאָ. די פּאָליציי האָט שפּעטער אָפּגעשטעלט דעם אויטאָ און אַרעסטירט די מענער; מע האָט קאָנפֿיסקירט דאָס געווער בײַם פּאָליציאַנט און אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם אינצידענט.
אין דער פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע האָבן זיך באַטייליקט הרבֿ מאַרווין היר, דער פֿאַרוואַלטער און גרינדער פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟; ראָז ראָטשטיין, דער מיטגלידער און הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע פּראָ־ישׂראלדיקער „StandWithUs‟ („שטייט מיט אונדז‟); דער לאָס־אַנדזשעלעסער שטאָטס־פּראָקוראָר, מײַק פֿויער; און נועה תּשבי, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע אַקטריסע און אַקטיוויסטקע.
קעגנאיבער דער גאַס איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנטער־פּראָטעסט, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט בעת 200 שטיצער פֿון די פּאַלעסטינער. בעת דער מאַסן־דעמאָנסטראַציע, האָט די פּאָליציי אָפּגעשטעלט דעם פֿאַרקער אויף עטלעכע גאַסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.