די „נויע צירכער צײַטונג‟ שרײַבט וועגן „סעלפֿיס‟ אין אוישוויץ. וואָס איז אַזוינס אַ „סעלפֿי‟? „סעלף‟, מיינט זעלבסט. „סעלפֿי‟ זענען די בילדער, וואָס מענטשן מאַכן פֿון זיך אַליין, דאָס רובֿ מיט זייערע מאָבילקעס. די צירכער צײַטונג ברענגט בילדער פֿון די ישׂראלדיקע יוגנטלעכע, וואָס לאַכן און מאַכן בילדער פֿון זיך אַליין אינעם אוישוויץ־מוזיי אין פּוילן, בײַם טויער, אונטערן טרויעריק באַרימטן שילד „אַרבײַט מאַכט פֿרײַ‟.
אין פּוילן איז מען אויפֿגעבראַכט געוואָרן נישט צוליב דעם, וואָס די ייִדישע יוגנטלעכע ווײַזן אַ קנאַפּן רעספּעקט פֿאַרן אָרט, נאָר ווײַל די צירכער צײַטונג האָט באַצייכנט אוישוויץ ווי אַ „פּוילישער לאַגער‟. דער פּוילישער אויסערן-מיניסטעריום פֿירט שוין לאַנגע יאָרן אַ מלחמה קעגן דער וועלט־מעדיאַ; זי זאָל נישט רעדן וועגן „פּוילישע לאַגערן‟. די פּוילישע דיפּלאָמאַטן באַטאָנען, אַז אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן זענען נישט געווען קיין פּוילישע לאַגערן, נאָר לאַגערן, וואָס געפֿינען זיך אין פּוילן.
די פּאָליאַקן זענען אָבער אויך שולדיק פֿאַר דער הײַנטיקער טערמינאָלאָגיע פֿון די אַמאָליקע טויט־לאַגערן, וואָס געפֿינען זיך דאָ אין לאַנד. כּל־זמן די קאָמוניסטן האָבן געהערשט, האָט מען נישט געטאָרט רעדן וועגן דעם חורבן. די קאָמוניסטישע טערמינאָלאָגיע האָט באַטאָנט, אַז די צווייטע וועלט־מלחמה איז נישט געווען קיין מלחמה צווישן פֿעלקער, נאָר צווישן פּאָליטישע סיסטעמען; אַזוי איז געווען דער קאָמוניסטישער נאַראַטיוו. ווער זשע זענען די וואָס האָבן דערמאָרדעט זעקס מיליאָן פּוילישע בירגער, צווישן זיי — דרײַ מיליאָן פּוילישע ייִדן? דאָס זענען נישט געווען קיין דײַטשן; דאָס זענען געווען די אַזוי־גערופֿענע „היטלעריסטן‟. דײַטשן, לויטן קאָמוניסטישן נאַראַטיוו, זענען אַן איידל פֿאָלק; דער עיקר, די קאָמוניסטישע מיזרח-דײַטשן.
הייסט עס, אַז צוליב פּאָליטיק האָט מען כּמעט נישט אַרויסגעלאָזט דאָס וואָרט „דײַטש‟ פֿונעם מויל, אין שײַכות מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה. הײַנט זענען די פּאָליאַקן פּאָליטיש-קאָרעקט, ווען עס קומט צו דײַטשן, צוליב אַן אַנדער סיבה. דײַטשלאַנד איז דער גרעסטער עקאָנאָמישער פּאַרטנער פֿון פּוילן, און די דײַטשן זענען די גאַנצע דעה-זאָגער אין דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. הכּלל, אין פּוילן וויל מען נישט דענערווירן די דײַטשן און רעדן וועגן זייער פּאַסקודנער פֿאַרגאַנגענהייט. אַז מען דאַרף שוין יאָ רעדן וועגן דער צווייטער וועלט־מלחמה, רעדט מען וועגן נאַציס. די פּאָליאַקן אַליין האָבן פֿאַרכּשרט די דײַטשן. נו, אויב די לאַגערן זענען נישט געווען קיין דײַטשישע, און היות וואָס זיי געפֿינען זיך דאָ אין לאַנד, במילא זענען זיי פּוילישע.
די פּוילישע ייִדן, ווי אַלע ייִדן אויף דער וועלט, פֿאָלגן הײַנט נאָך די געשעענישן אין ישׂראל. די פּאָליאַקן אָבער ליגט די מלחמה מיט „כאַמאַס‟ אין דער לינקער פּאה. נעמט, למשל, די שבתדיקע אויסגאַבע פֿון דער וויכטיקסטער צײַטונג, די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟. אַ באַריכט וועגן דער מלחמה צווישן דעם „כאַמאַס‟ און ישׂראל געפֿינט זיך נישט אויף דער ערשטער זײַט און נישט אויף דער צווייטער זײַט, אַפֿילו נישט אויף דער דריטער זײַט. מען דאַרף זיך גריבלען גאַנץ טיף אין דער צײַטונג און ערשט אויף דער צענטער זײַט איז דאָ אַ באַריכט וועגן דער מלחמה מיט „כאַמאַס‟.
אָן בילדער גייט עס נישט. די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ ברענגט אַ בילד פֿון די קרבנות, פֿאַרשטייט זיך, אויף דער פּאַלעסטינער זײַט. אַגבֿ, אויף דער וועלט בכלל און אין פּוילן בפֿרט שרײַבט מען נישט וועגן דעם, אַז „כאַמאַס‟ שיסט ראַקעטן אויף ישׂראל שוין חדשים לאַנג, און נישט דווקא אין פֿאַרבינדונג מיט ישׂראלס אַקציעס נאָכן מאָרד פֿון די דרײַ ישׂראלדיקע יוגנטלעכע.
מאַריוש זאַוואַדזקי, דער זשורנאַליסט פֿון דער „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ גיט זײַן „פּרוש רש”י‟ צום איצטיקן קאָנפֿֿליקט. לויט אים האָט אָבאַמאַ במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט זיך נישט אַרײַנגעמישט אינעם איצטיקן קאָנפֿליקט, פּשוט ווײַל ער האָט נישט ליב דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער. אָבאַמאַ האָט פֿײַנט נתניהו און דערצו האַלט ער אים פֿאַר אַ נאַר. אָבאַמאַ, שרײַבט זאַוואַדזקי, האַלט, אַז נתניהו איז זיך טועה, און מיט איראַן קען מען יאָ רעדן. אָבאַמאַ, שרײַבט זאַוואַדזקי, האָט זיך פֿאַרבונדן טעלעפֿאָניש מיט דער אַמעריקאַנער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט פֿאַר זייער לעצטן מאַטש, און געהאַלטן אַ לאַנגן שמועס מיט די שפּילער. נתניהו האָט, נעבעך, געמוזט וואַרטן נאָך אַ האַלבע וואָך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.