אין דעם קאַפֿע, וווּ מיר זענען געזעסן זאַלבע-דריט, איך, מײַן טראָגעדיקע פֿרוי און די שוועגערין פֿון אַמעריקע, האָבן די קעלנער און קעלנערינס געטראָגן זייער קעלנערישן מונדיר: אַ פּאָר שוואַרצע הויזן און אַ ציכטיק־ווײַס העמד מיט שוואַרצע קנעפּלעך, און אַ שוואַרצן שניפּס.
דער קעלנערישער מונדיר האָט אַרײַנגעבראַכט דעם אונטערשייד צווישן אָט דעם קאַפֿע און די אַנדערע קאַפֿעען, וואָס האַלטן אין איין וואַקסן אויף די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן, צוגעבנדיק אים אַ פֿראַנצויזישן „שיק‟; אַ „שיק‟, וואָס דער קאַפֿע האָט זיך געסטאַרעט אַרויסצוּווײַזן.
אין די פּשוטע קאַפֿעען גייען די קעלנער און קעלנערינס אַרום אָנגעטאָן מער-ווייניקער ווי עס גלוסט זיך זיי. אַ מאָל שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זייער אָנטועכץ באַשטייט פֿון די מלבושים, וואָס זיי האָבן אָנגעטאַפּט מיט דער האַנט אויפֿן דיל, האַלב־שלאָפֿנדיק, האַלב־וואַכנדיק.
עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן אַ שלעפּער אָדער אַ דריפּקע זיך דרייען צווישן דעם קאַווע-זופּנדיקן עולם, מיט אַ טאַץ אין דער האַנט, וואָס וויצלט זיך מיט די קליענטן בײַ די טישן. גיי זײַ אַ חכם און טרעף, אַז די שלעפּערס זענען גאָר די קעלנערס.
אונדזער קעלנערין, אַ חנעוודיקע יונגע פֿרוי מיט אַ ברייטן שמייכל, מסתּמא אַ סטודענטקע פֿון פֿילאָסאָפֿיע אָדער אַן אַרבעטלאָזע אַקטריסע, וואָס קראַצט קוים אויס איר שטיקל פּרנסה אויסצוהאַלטן דאָס משוגע-טײַערע לעבן אין תּל־אָבֿיבֿ — איז צוגעקומען צו אונדז מיט איר פּראָפֿעסיאָנעלער פֿראַגע: „צי האָט איר באַשלאָסן, וואָס איר ווילט באַשטעלן, אָדער זאָל איך זיך אומקערן אין פֿינף מינוט אַרום?‟ „איך ווייס שוין, וואָס איך וויל‟ — האָב איך זיך אָנגערופֿן, „איך וויל באַשטעלן אַ שניצל מיט געבאַקענע קאַרטאָפֿליעס, ביטע.‟
דווקא אין דעם מאָמענט האָט פּלוצעם אָנגעהויבן רעווען די סירענע. דאָס מלחמהלע, וואָס גייט אָן שוין אַ פּאָר טעג אין „דרום‟ — דאָס הייסט, אַ שעה לערך פֿאָרן פֿון דעם קאַפֿע, איז אָנגעקומען צו אונדז אויכעט. דער אַרומיקער ברענענדיקער לעוואַנט האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם שטיקל פֿראַנצויזישקייט.
מיר האָבן זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם טיש און געזוכט מיטן בליק אַ מער זיכער אָרט. די הויפּט־קריטעריעס: עס זאָל נישט האָבן קיין גרויסע פֿענצטער, בעסער גאָר אָן פֿענצטער, און עס זאָל נישט האָבן אַ וואַנט, וואָס קוקט אויף דער גאַס.
די בנעימותדיקע קעלנערין האָט אונדז אָנגעוויזן אַזאַ אָרט: „גייט, וואַרט ביז דער אַלאַרם וועט אויפֿהערן אין דעם טואַלעט‟. אינטערעסאַנט, בײַ איר איז די גרעסטע פּראָבלעם געווען די שרײַענדיקע סירענע, און נישט די ראַקעטן, וואָס קאָנען פֿאַלן אויף אונדז.
איך, די שוועגערין און מײַן פֿרוי מיטן בויך האָבן זיך געפֿונען אַ מקום-מיקלט לעבן דעם מכשיר אויסצוטריקענען די הענט, און געוואַרט אויף אַ סימן צו פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. אַזאַ סימן באַשטייט, געוויינטלעך, פֿון אַן אָפּקלאַנג פֿון אַ ווײַטן אויפֿרײַס — אַ מאָל אַ ווײַטער און אַ מאָל אַ נאָענטער.
איך האָב נישט געהאַט קיין חשק צו כאַפּן אַ מיתה-משונה אין אַ טואַלעט, אַפֿילו אַ שיינעם. פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי אַזוי ס׳וואָלט אויסגעזען דער אויפֿשריפֿט אויף מײַן מצבֿה: „זײַנע לעצטע ווערטער זענען געווען: שניצל און געבאַקענע קאַרטאָפֿליעס, ביטע‟.
אוי, גאָטעניו, אַזאַ תּל-אָבֿיבֿער סוף! איך האָב געקענט אויך הערן די הספּדים איבער די תּל-אָבֿיבֿער קרבנות: „געשטאָרבן בשעתן אָפּטרינקען קאַווע מיט סויע־מילך… נאָר אַנומלטן האָט ער דערפֿילט דעם געטלעכן טעם פֿון וועגאַניזם‟…
נאָך אַ קורצער ווײַלע איז אַרײַנגעקומען אין „אונדזער‟ מיקלט אַ נישט-יונגע פּאָר: זי — אַ הויכע, לײַביקע פֿרוי מיט אַ פּנים, פֿאַרשמירט מיט שמינקע און שווייס; ער — אַ ברייטער פּאַרשוין מיט אַ רונדיקן, ליסע קאָפּ און אַ שײַנענדיקן פּליך. ער האָט באַלד אַרויסגעשטופּט דעם קאָפּ דורכן פֿענצטערל.
„חיים, וואָס טוסטו?‟ — האָט די פֿרוי אַ צי געטאָן איר מאַן בײַם טײַערן העמד.
„כ’וויל זען, וואָס עס טוט זיך אין דרויסן‟ — האָט ער געענטפֿערט.
די פֿרוי האָט ווידער צוריקגעצויגן דאָס העמד: „וואָס טוסטו, משוגענער? אַלץ איז געמאַכט פֿון גלאָז אין דרויסן‟.
ריכטיק, דער גאַנצער פֿאַסאַד פֿון דעם קאַפֿע איז באַשטאַנען בלויז פֿון דיקע טונקעלע שויבן. אין פֿאַל, ווען אַ ראַקעטע וואָלט, חלילה, געטראָפֿן אין דעם קאַפֿע, וואָלטן זיך שטיקער גלאָז און שפּליטערס צעפֿלויגן אומעטום, אַרײַנגערעכנט אין דעם קאָפּ פֿון דעם אומבאַקאַנטן ייִד, מיטן נאָמען חיים.
אויף זײַן מצבֿה וואָלט געשטאַנען: „ער האָט געוואָלט זען וואָס עס טוט זיך אין דרויסן‟.
דער מאַן האָט זיך פֿאַר אונדז פֿאַרענטפֿערט מיט אַ שמייכל, ווי געוואָלט דערמיט זאָגן: „נו, היסטערישע פֿרויען, גיי שפּאַר זיך מיט זיי!‟
די סירענע האָט אָפּגעשטילט אירס, און עס האָט זיך דערהערט אַ ווײַטער אויפֿרײַס. מײַן פּלוניתטע האָט מיר געטאָן אַ פֿרעג: „און איצט… איצט, קען מען מיך צורעכענען צו די פּאָלנע ישׂראלים?‟ מײַן ענטפֿער איז געווען: „יאָ, זיכער, און דאָס קינד אין בויך — אויך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.