דעם 15סטן יולי, ווען עס פֿאַלט אויס דער תּענית י”ז בתּמוז, זענען אין די מאָסקווער שילן, אַחוץ תּפֿילות, פֿאָרגעקומען רעפֿעראַטן וועגן דעם תּענית, זײַן געשיכטע און באַטײַט.
אין דער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום, ווי עס טיילט מיט דער ערשטער מאָסקווער ייִדישער מוזיי, האָט מען געפּראַוועט אַן אַנדער היסטאָרישע דאַטע: אַ טראַגישע און ביז איצט אַ סודותדיקע. אין 1738, דווקא דעם 15טן יולי, איז פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס איז בכלל ניט טיפּיש פֿאַר דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד און דער פּראַוואָסלאַווער קירך — אין פּעטערבורג האָט מען פֿאַרברענט אַ גר־צדק, דעם קאַפּיטאַן וואָזניצין, צוזאַמען מיטן ייִד בער לייבאָוו, וואָס האָט אים געלערנט יהדות.
זונטיק דעם 13טן יולי האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט די זומער־פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים, אָרגאַניזירט פֿונעם צענטער „ספֿר‟. „ספֿר‟, אַן אָפּטייל בײַ דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, איז פֿון די עלטסטע אָרגאַניזאַציעס אינעם מאָדערנעם רוסלאַנד, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט לערנען ייִדישע לימודים מיט סטודענטן און יונגע פֿאָרשערס; פֿון 1994 אָן, אָרגאַניזירט ער זומער־ און ווינטער־פּראָגראַמען, וואָס דויערן עטלעכע טעג, מיט רעפֿעראַטן פֿון רוסישע, ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער געלערנטע, קאָנפֿערענצן פֿון ייִדישע לימודים בכלל און פֿון ייִדישער פֿאָלקס־טראַדיציע בפֿרט, עקספּעדיציעס און וועב־סעמינאַרן — אַלץ בשותּפֿות מיטן „טשייז־צענטער‟ פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט, און מיט פֿאַרשיידענע שטיץ־פֿונדאַציעס. הײַיאָר איז די טעמע פֿון דער פּראָגראַם „ייִדן און מלוכה, ייִדן און מלחמה‟. די סטודענטן וועלן הערן רעפֿעראַטן וועגן די באַציִונגען צווישן ייִדן און דער מלוכה אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות — פֿון אַנטיק־צײַטן ביז דעם 20סטן י״ה, וועגן דעם אָנטייל, וואָס ייִדן האָבן גענומען אין די אייראָפּעיִשע מלחמות, וועגן דער מיליטערישער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל און וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון די צוויי וועלט־מלחמות אין דער ייִדישער קולטור. די פּראָגראַם וועט אָנגיין ביזן 17סטן יולי; און דעם 18 יולי וועט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע לימודים פֿאַר יונגע פֿאָרשער; קודם־כּל, סטודענטן.
עס אַנטוויקלען זיך די באַציִונגען צווישן דעם רוסישן חב״ד און דער מלוכה. יענע וואָך האָט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין מקבל־פּנים געווען אין קרעמל אַ דעלעגאַציע רבנים פֿון רוסלאַנד און פֿון אויסלאַנד. ישׂראל האָבן פֿאָרגעשטעלט סײַ דער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ יצחק יוסף, סײַ דער געוועזענער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ ישׂראל מאיר לאַו. עס האָבן אין דער באַגעגעניש אויך אָנטייל גענומען פֿירער פֿון ייִדישע קהילות פֿון עסטרײַך, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, איטאַליע, ענגלאַנד און האָלאַנד. די רייד איז געגאַנגען וועגן אַ שותּפֿות פֿון ביידע צדדים: וועגן דער פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם און וועגן דעם פֿאַרווער פֿון ייִדישע מינהגים, ווי ברית־מילה און שחיטה אין עטלעכע לענדער פֿון אייראָפּע.
ווי באַוווּסט, איז דער ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד אַ נידעריקער, ווי אין ס‘רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער. מע ווייסט אָבער אויך, אַז די אָפֿיציעלע רעטאָריק אין רוסלאַנד ניצט די ייִדישע טעמע אויס זייער ברייט; אַזוי, למשל, ווען רוסלאַנד האָט אַנעקסירט קרים, האָט פּוטין דערקלערט, אַז איינע פֿון די סיבות איז די סכּנה, וואָס עס דראָט די ייִדן אין אוקראַיִנע. איצט ווערט די טעמע פֿון אַנטיסעמיטיזם און נאַציזם אויך זייער אַקטועל: די רוסישע מלוכה, וואָס האָט זיך אַרײַנגעמישט אינעם מיליטער־קאָנפֿליקט אין מיזרח־אוקראַיִנע, טענהט, אַז די אָפֿיציעלע מאַכט אין אוקראַיִנע לעבט ווידער אויף די נאַצישע אידעע און האַלט אין רעהאַביליטירן נאַציזם.
די פֿאַרטרעטער פֿון רוסישע ייִדן אויף דער באַגעגעניש זענען געווען בלויז רבנים פֿון חב״ד, וואָס איז געוואָרן די אָפֿיציעלע ווערסיע פֿון יהדות אין רוסלאַנד. נאָך דער באַגעגעניש זענען די רבנים געפֿאָרן באַזוכן דעם נײַעם ייִדישן מוזיי און די שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ, וואָס געהערן צום חב״ד. און אויך האָט מען אין מאַרינאַ ראָשטשאַ געעפֿנט דאָס נײַע הויז פֿונעם הויפּט־רבנות פֿון רוסלאַנד. דער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר האָט צוגעקלאַפּט די מזוזה צו דער טיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.