מיר דאַכט זיך, אַז די ציפֿער זיבן יאָגט מיך נאָך. דאָס צװײטע מאָל אין משך פֿון די לעצטע זיבן יאָר קומט מיר אױס צו שרײַבן אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿון די װילדע אַלאַרעמס און שרעקעװדיקע אױפֿרײַסן פֿון די ראַקעטן. דעמאָלט, מיט זיבן יאָר צוריק, אין סאַמע אָנהײב פֿון די „דרײַ װאָכן‟, בעת אײנער אַ ליכטיקער מלחמה־נאַכט, האָב איך געשריבן:
מיר האָבן אָפּגעפֿאַסט דעם י’ז בתּמוז…
בײַ נאַכט האָב איך געהערט דאָס לעצטע ליד פֿון צדקיהו,
דעם לעצטן מלך פֿון יהודה:
„געלױבט איז גאָט,
װאָס האָט אַראָפּגענומען פֿון מײַן קאָפּ
די שװערע קרױן פֿון גאָלד,
און אײַנגעקאָװעט מײַנע הענט און פֿיס אין קופּערקײטן,
און מיך אַװעקגעטריבן װײַט קײן בבֿל,
איך זאָל ניט זען דעם חורבן פֿון מײַן הױז‟…
די מורא, אַז צום סוף פֿון די „דרײַ װאָכן‟ װעט מען מיך (אין בעסטן פֿאַל) װידער אַ מאָל אַרױסטרײַבן פֿון מײַן לאַנד, איז װי צוגעשמאָלצן געװאָרן צו מײַנע גענען. די אײביקע און גאָר עגאָיִסטישע שאלה — „פֿאַר װאָס?‟ — איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, און אַנשטאָט איר גײט אַרױף די צװײטע, קהלישע —„איכה‟, װי אַזױ…
עס װײַזט אױס, אַז עס איז ניטאָ קײן מער אומדאַנקבאַרע זאַך, װי צו דרשענען אָדער שרײַבן אױף די מוסר־טעמעס, באַזונדערס, װען עס רעדט זיך װעגן דעם ייִדישן מוסר. מײַן װיזשניצער מלמד, ר’ װעלװעלע איװאַנער, פֿלעגט זאָגן, אַז מיט אונדזערע ייִדן איז גוט צו עסן קוגל. און נאָך אַ פּױזע פֿלעגט ער צוגעבן: „נאָר יעדער אײנער פֿון זײַן טעלער‟. פֿון דער צװײטער זײַט, װען איך גיב אױף זיך אַ קוק מיט פֿרעמדע אױגן, זעען אױס מײַנע מוסר־דרשות ניט אַנדערש װי אַ לימוד אין אַ קינדער־גאָרטן, װײַל איך זאָג מוסר אַן אַלטן פֿאָלק, װאָס האָט, אײגנטלעך, געבראַכט אָט דעם־אָ מוסר דער גאַנצער װעלט. װאָס, איר האָט שױן באַגעגנט עפּעס אַ מענטש, װעלכער װײסט ניט, אַז מע טאָר ניט הרגענען, אַז מע טאָר ניט גנבֿענען צי מע טאָר ניט װילן דאָס, װאָס געהערט אַן אַנדערן?… אַלע װײסן דאָס, אַלע שאָקלען צו מיט די קעפּ און מע טוט זיך זײערס.
װאָס זאָל עס באַדײַטן (איך מײן, דאָס שװימען קעגן דעם מוסר), װײס איך ניט, נאָר אײן זאַך האָט מיך דאָס לעבן אױף זיכער אָנגעלערנט, אַז ס’איז ניטאָ קײן מער שװערע פּראַציע װי קומען צו אַ הסכּם מיט זיך אַלײן. אָבער איר װײסט דאָך, אַז אונדזער פֿאָלק איז אַ פֿאָלק פֿון הױלע צדיקים. האָט מען זיך אױסגעחלומט אַ סגולה: „שבֿע יפּול צדיק וקם‟, זיבן מאָל װעט פֿאַלן אַ צדיק, און סײַ־װי װעט ער אױפֿשטײן. אַזױ אַרום װערט אונדז קלאָר, אַז אַפֿילו אַ „צדיק אין אַ פּעלץ‟, ס’הײסט אַ שלעכטער מענטש, האָט אַ האָפֿענונג צעקלאַפּן זיך דעם שטערן ניט מער װי זיבן מאָל, און װײַטער — „אל מלא רחמים‟; אָבער ביזן אַכטן מאָל דאַרף מען נאָך דערלעבן…
הײַנט, אַז מע רעדט ערנסט, איז דװקא די סאַמע פּאַסיקסטע צײַט זיך אַ גריבל טאָן אין דער אײגענער נשמה און אױסװײנען די זינד פֿון טױזנטער דורות גוטע ייִדעלעך. די דרײַ װאָכן, מײַנע דאַמען און הערן, איז פּונקט דאָס, װאָס דער דאָקטער האָט צוגעשריבן, דאָס, װאָס מיר מוזן איבערלעבן אױף אַ גוטן אופֿן.
די ציפֿער זיבן איז געװאָרן כּמעט אַ מיסטישער סימבאָל פֿון ייִדישן לעבן. װי אַזױ זאָלן מיר ניט אױסמישן די טאַליע מיט די לעבנס־קאָרטן, אומעטום באַװײַזט זיך דאָס „זיבעטל‟. פֿון װאַנעט קומט עס, װײס איך ניט, נאָר סײַ אינעם מיקראָ־לעבן, סײַ אין דער מאַקראָ־עקזיסטענץ געפֿינען מיר די אַלפֿאַראַנענע „זיבן‟. דהײַנו: זיבן אָרביטן פֿון די עלעקטראָנען, ס’הײסט, אַז די אַטאָמען דרײען זיך אַרום זיבן אָרביטן. דאָס שטײגער־לעבן פֿון אַ מענטשן איז צעטײלט אױף זיבן טעג פֿון דער װאָך. אַז מיר װעלן אָנשטרענגען אונדזער זכּרון, דערמאָנען מיר זיך, אַז מיר האָבן דרײַ טאַטעס און פֿיר מאַמעס. אױך משה רבינו איז דער זיבעטער דור נאָך אַבֿרהמען. זיבן איז אַ סימבאָלישע ציפֿער פֿונעם אוניװערס, פֿון װעלכן „פֿיר‟ איז שײך צום עולם־הזה און „דרײַ‟ איז דער הימלישער חלק.
אין די „פּרקי אָבֿות‟ געפֿינען מיר אַ סך בײַשפּילן, אַז אונדזערע חכמים האָבן אָפּערירט דװקא מיט דער ציפֿער „פֿיר‟, װען זײ האָבן כאַראַקטעריזירט דעם מענטשנס טבֿעס װי אױך דעם מענטשנס טעמפּעראַמענט. מע זאָל אױך ניט פֿאַרגעסן די „פֿיר קשיות‟ מיט די „פֿיר זין‟. אָבער, אַז מע רעדט װעגן די רעליגיעזע, נאַציאָנאַלע און קולטור־מינהגים, יום־טובֿים און צײַט־רעכענונג, דאַן װערט די ציפֿער „זיבן‟ אַן אמתע מלכּה, זי הערשט סײַ אין דער צײַט און סײַ אין די תּשמישי־קדושה, אַזש ביזן זיבעטן הימל.
די מנורה אין בית־המקדש האָט געהאַט זיבן לײַכטערס, יעדעס זיבעטע יאָר איז אַ שמיטה־יאָר, נאָך זיבן שמיטות קומט צו אַ יובֿל, זיבן װאָכן צײלן מיר עומר, דער בית־מקדש האָט געהאַט זיבן אַרײַנגאַנג־טױערן, בײַ דער חופּה מאַכט מען זיבן ברכות, װי אױך די כּלה דרײט זיך אַרום דעם חתן פּונקט זיבן מאָל, פּסח און סוכּות דױערן זיבן טעג, אין דער סוכּה פֿאַרבעט מען זיבן געסט, אושפּיזין: אַבֿרהם אָבֿינו, יצחק, יעקבֿ, משה רבינו, אַהרן הכּהן, יוסף הצדיק און דוד המלך, און אױף שׂימחת־תּורה מאַכן מיר זיבן הקפֿות. װער רעדט שױן װעגן די „זיבן מינים‟. אױך די „פֿיר מינים‟ באַשטײען פֿון זיבן פּרטים: אײן לולבֿ, אײן אתרוג, צװײ װערבע־צװײַגן און דרײַ מירטן־צװײַגלעך. הקיצור, װעגן דער ציפֿער „זיבן‟ קען מען רעדן גוטע זיבן יאָר.
איצט, אָבער, װען מיר זײַנען שױן אַרײַן אין די „דרײַ װאָכן‟ װעט זײַן גאָר ניט איבעריק צו דערמאָנען זיך אין דער מישנה פֿון שמעון הצדיק — „על שלשה דבֿרים העולם עומד: על התּורה, ועל העבֿודה ועל גמילות־חסדים‟, אױף דרײַ יסודות שטײט די װעלט: אױף דער תּורה, אױפֿן לערנען־האָרעװען און אױפֿן טאָן גוטס. אַז מע באַװײַזט ניט צו טאָן אַלץ מיט אַ מאָל, האָט מען דאָך אַזש דרײַ װאָכן צײַט צו טאָן כאָטש עפּעס גוטס. עס שטײט דאָך געשריבן: „וְעַמֵךְ — כּלָם צַדיקים‟, דײַן פֿאָלק איז דאָך הױלע צדיקים… דערװײַל דערמאָנט זיך כאָטשבי אינעם קלוגן ייִדישן שפּריכװערטל: „צדקה זאָל קײן געלט ניט קאָסטן, און גמילות־חסדים זאָלן קײן עגמת־נפֿש ניט מאַכן‟ — װאָלטן אױף דער װעלט געװען אַ סך צדיקים….
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.