אויף דער גאַס פֿראָנטיידזש־ראָאַד, אין דער שטאָט דזשעקסאָן, שטאַט מיסיסיפּי, שטייט אַ הויכער ברוינער קוואַדראַט־אַרטיקער בנין, וווּ עס געפֿינט זיך דער „אינסטיטוט פֿונעם דרומדיקן ייִדישן לעבן‟ (ISJL), וואָס אָרגאַניזירט תּפֿילות, בילדונג־פּראָגראַמען און קולטורעלכע אונטערנעמונגען אין 13 דרומדיקע אַמעריקאַנער שטאַטן. מלכּה שוואַרץ, אַ געוועזענע ליובאַוויטשער פֿרוי פֿון קראַון־הײַטס, דינט דאָרטן ווי די דירעקטאָרין פֿאַר קהילה־טעטיקייט. די זעלבע פֿרוי איז אויך באַקאַנט ווי די גרינדערין פֿון דער ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע „פֿוטסטעפּס‟, וואָס העלפֿט געוועזענע חרדישע ייִדן זיך צו אַדאַפּטירן צום הויפּט־שטראָמיקן אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.
שוואַרץ האָט פֿאַרלאָזט די ליובאַוויטשער קהילה אין 2000. מיט פֿינף יאָר צוריק, איז זי אַוועקגעפֿאָרן אויפֿן דרום. אינעם שמועס מיטן Forward האָט זי דערקלערט, אַז ווען מייסי האַרט, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם אינסטיטוט, איז געווויר געוואָרן, אַז „פֿוטסטעפּס‟ פּלאַנירט אָנצושטעלן אַ נײַעם אויספֿיר־דירעקטאָר, האָט זי פֿאָרגעלייגט דער גרינדערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע זיך איבערצוקלײַבן אויפֿן דרום און שאַפֿן דאָרטן אַ נײַעם אָפּטייל פֿון ISJL, וואָס זאָל פֿאַרשפּרייטן אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד די ייִדישע טראַדיציע פֿונעם סאָציאַלן יושר.
ווען שוואַרץ איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון ניו־יאָרק אינעם יאָר 2009, האָט זי נישט געהאַט קיין השׂגה וועגן ייִדן פֿון די דרומדיקע שטאַטן. זי האָט דאָרטן אַנטדעקט אַן אוניקאַלן שטייגער פֿונעם ייִדישן לעבן. אין געוויסע אַספּעקטן, זענען די דאָרטיקע קליינע קהילות מער אַקטיוו, ווי אין ניו־יאָרק.
אַ סך תּושבֿים פֿונעם דרומדיקן ראַיאָן האָבן קיינמאָל נישט געזען ייִדן און האָבן מאָדנע ידיעות וועגן ייִדישקייט. שוואַרץ האָט אָבער דערקלערט, אַז קיין עכטן אַנטיסעמיטיזם האָט זי נישט געטראָפֿן. דער קריסטלעכער עולם איז נײַגעריק און פֿרעגט צומאָל נאַרישע קשיאות, אָבער באַציט זיך צו ייִדן מיט דרך־ארץ.
שוואַרץ האָט צוגעגעבן, אַז זי האָט באַמערקט אַ געוויסע ענלעכקייט צווישן די ניו־יאָרקער חסידים און די ייִדן פֿון דרומדיקע שטאַטן. די געוועזענע חרדים, וואָס פֿאַרבינדן זיך מיט דער אָרגאַניזאַציע „פֿוטסטעפּס‟, האָבן אָפֿט זייער אַ באַגרענעצטע וועלטלעכע בילדונג און פֿילן זיך אָפּגעריסן פֿונעם אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער ציבור. די חרדישע קהילות ווערן צומאָל איגנאָרירט. מע קאָן זאָגן דאָס זעלבע וועגן די ייִדישע תּושבֿים פֿון די קליינער דרומדיקע שטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.