במשך פֿון צוויי וואָכן, האָבן די ישׂראלים — מענער, פֿרויען און קינדער — געמוזט זיך כּסדר אויסבאַהאַלטן פֿון די ראַקעט־אַטאַקן. עס זעט אָבער אויס, אַז אין געוויסע ערטער זאָרגט מען זיך בלויז וועגן דער זיכערהייט פֿון מענער.
בײַם מקום־מיקלט פֿונעם שטאָטישן רבנות אין אַשדוד שטייט געשריבן, אַז בלויז מענער מעגן זיך דאָרטן אויסבאַהאַלטן. די וואָך, האָט אורית, אַן אײַנוווינערין פֿון אַשדוד, זיך געפֿונען אינעם רבנות־בנין צוזאַמען מיט איר מאַן. צו איר חידוש, האָט זי אויסגעפֿונען, אַז דער באַזונדערער אַזוי־גערופֿענער מקום־מיקלט פֿאַר פֿרויען שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געוויינטלעכן צימער מיט פֿענצטער און דינע ווענט, נישט באַשיצט פֿון אַ מעגלעכן אויפֿרײַס. איר מאַן האָט געטענהט, אַז די מחיצות צווישן מענער און פֿרויען האָט דערגרייכט אינעם רבנות־בנין „משוגענע פּראָפּאָרצן‟, שטעלנדיק דאָס לעבן פֿון די פֿרויען אין אַ בפֿירושער סכּנה.
אַשדוד, אַ שטאָט מיט 212 טויזנט תּושבֿים, געפֿינט זיך 20 קילאָמעטער אויף צפֿון פֿון עזה. די ראַקעטן זענען שוין עטלעכע מאָל געפֿאַלן אַהין; בעת איינעם פֿון די אַטאַקן האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע שׂריפֿה אויף אַ בענזין־סטאַנציע.
נאָך אַ בקשה פֿון דער אַשדודער אײַנוווינערין, האָט סתּיו שאַפֿיר, אַ כּנסת־דעפּוטאַטין פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, זיך באַקלאָגט אינעם מיניסטעריום פֿון רעליגיעס, פֿאָדערנדיקט אָפּצושטעלן דעם סכּנותדיקן מצבֿ פֿונעם צעטיילטן מקום־מיקלט. אין אַ שמועס מיט דער צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟ האָט זי געמאָלדן, אַז הגם דיסקרימינאַציע פֿון פֿרויען איז אַלעמאָל שלעכט, איז עס אין דעם פֿאַל ממש סכּנותדיק.
די אַדמיניסטראַציע פֿון דער רבנות־סיסטעם האָט געזאָגט, אַז זי האָט נישט געוווּסט וועגן דער צעטיילונג און געענטפֿערט, אַז די סכּנותדיקע מחיצה איז געווען, מסתּמא, אַן אייגענע איניציאַטיוו פֿון עפּעס אַן אָרטיקן באַאַמטן, וועלכער האָט עס געטאָן אָן קיין אָפֿיציעלער דערלויבעניש. דאָס רבנות האָט צוגעזאָגט אויסצופֿאָרשן דעם אינצידענט, ווי געהעריק, כּדי אַזאַ מעשׂה זאָל קיינמאָל מער נישט געשען.
פֿונדעסטוועגן, איז די דאָזיקע מעשׂה אַן אַנדער בײַשפּיל פֿונעם וואַקסנדיקן צניעות־עקסטרעמיזם אין די פֿרומע קהילות. עמעצער האָט באַשלאָסן, אַז די מחיצות זענען וויכטיקער, ווי דאָס לעבן פֿון רעאַלע פֿרויען. אויב אַן אָרטיקער קליינער ביוראָקראַט קאָן אָפּטאָן אַזאַ אומאַחריותדיקע מעשׂה, איז עס אַ סימן, אַז די דיסקרימינאַציע פֿון פֿרויען אין דער פֿרומער וועלט האָט דערגרייכט אַ סכּנותדיקן ניוואָ. איך וואָלט צוגעגעבן, אַז אַזאַ סאָציאַלע טענדענץ קאָן זײַן אַפֿילו שרעקלעכער, ווי די ראַקעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.