נאָך דער אַטאַקע אויף דער שיל אויף דער ראָקעט־גאַס, וואָס איז פֿאָרגעקומען נאָך דער לעצטער גרויסער פּראָ־פּאַלעסטינער מאַניפֿעסטאַציע מיט אַ וואָך צוריק, האָט דער אינערן־מיניסטער, בערנאַרד קאַזענעוו, געפֿאָדערט פֿון דער פּאָליציי נישט צוצולאָזן קיין ווײַטערע מאַניפֿעסטאַציעס, וואָס וואָלטן געקענט פֿירן צו געפֿערלעכע קאָנפֿליקטן.
עקסטרעמיסטן פֿון ביידע זײַטן, זוכן איצט תּירוצים, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דעם קאָנפֿליקט צווישן פּאַלעסטינע און ישׂראל צו אַ רעליגיעזן קאָנפֿליקט צווישן ייִדן און מוסולמענער דאָ אין פֿראַנקרײַך. דאָס איז נישט קיין נײַע טענדענץ, נאָר איצטער ווערט עס וואָס אַ מאָל ערגער. דער נײַער הויפּט־רבֿ האָט געזאָגט, אַז די נײַע קאָנפֿליקטן האָבן נישט צו טאָן מיטן אַקטועלן מצבֿ אין עזה.
די פּאַריזער פּאָליציי האָט די וואָך טאַקע אָנגעהויבן אַ לעגאַלע פּראָצעדור, כּדי צו פֿאַרווערן אַ נײַע פּראָ־פּאַלעסטינער מאַניפֿעסטאַציע, כּדי אויסצומײַדן ווײַטערע אַטאַקעס און קריגערײַען. אין דער שטאָט ניס האָט די פּאָליציי שוין פֿאַרווערט אַ מאַניספֿעסטאַציע מיט אַ וואָך צוריק צוליב די זעלביקע סיבות.
די קומענדיקע מאַניפֿעסטאַציע אין פּאַריז איז פֿאַרפּלאַנירט אויף שבת, און וואָלט געדאַרפֿט גיין פֿון די צפֿונדיקע קוואַרטאַלן פֿון שטאָט ביז מערבֿ צו דער אַלטער אָפּערע, דאָס הייסט, אַז טאָמער זי וואָלט טאַקע פֿאָרגעקומען, וואָלטן זי מן־הסתּם אַדורכגעגאַנגען לעבן די קוואַרטאַלן, וווּ עס זענען דאָ שילן און נישט ווינציק ייִדן ווי דער 9ער אַראָנדיסמענט. אַן אַנדער סיבה מורא צו האָבן פֿאַר פּראָבלעמען איז, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון ביידע מאַניפֿעסטאַציעס זענען אויך די זעלביקע: די הויפּט־געזעלשאַפֿט איז די אַלגעמיינע אוניאָן פֿון פּאַלעסטינער סטודענטן, און מיט איר אויך זענען דאָ אַן ערך 20 אַנדערע קלענערע געזעלשאַפֿטן. אויב אַזוי איז לאָגיש, אַז די מאַניפֿעסטאַנטן וועלן מן־הסתּם אויך זײַן פֿון די זעלבע קרײַזן.
די פּאָליציי דערקלערט, אַז זיי האָבן מורא אי פֿון עווענטועלע אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס, אי פֿון ייִדישע שלעגער פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס ווי „ביתּר‟ אָדער די „ליגע פֿאַר ייִדישער פֿאַרטיידיקונג‟, וואָס וואָלטן אָרגאַניזירט קעגן־מאַניפֿעסטאַציעס.
אויך די געזעלשאַפֿט „פֿראַנקרײַך־פּאַלעסטינע־סאָלידאַריטעט‟, וואָס שטיצט, געוויינטלעך, אַלע פּאַציפֿיסטישע פּראָ־פּאַלעסטינער מאַניפֿעסטאַציעס, האָט געזאָגט, אַז זיי שטיצן נישט די קומענדיקע מאַניפֿעסטאַציע, ווײַל זיי האָבן מורא פֿאַר געפֿערלעכע צוזאַמענשטויסן. זיי זאָגן, אַז זיי קענען בשום אופֿן נישט דערלאָזן קיין אַנטיסעמיטישע לאָזונגען, ווי מע האָט געקענט הערן אין די לעצטע מאַניפֿעסטאַציעס, און אַז דער קאָנפֿליקט איז אַ ריין פּאָליטישער און נישט קיין רעליגיעזער. זיי זאָגן, אַז מע מוז האָבן „זעראָ טאָלעראַנץ‟ צו אַזעלכע געפֿערלעכע אַמאַלגאַמען.
די וואָך קומען פֿאָר עטלעכע אָפֿיציעלע צערעמאָניעס, כּדי אָפּצומערקן דעם 72סטן יאָרצײַט פֿון דער גרעסטער אַקציע אין פֿראַנקרײַך. די אַזוי גערופֿענע „וועל ד’יוו‟־אַקציע האָט געדויערט צוויי טעג — דעם 16 און 17 יולי 1942. די פֿראַנצייזישע פּאָליציי האָט געכאַפּט מער ווי 13 טויזנט ייִדן אין דעם פּאַריזער רעגיאָן, און זיי פֿאַרשיקט צום גרויסן ווינטער־וועלאָדראָם פֿון וואַנעט מע האָט זיי ווײַטער דעפּאַרטירט אין די לאַגערן. ווינציקער ווי אַ הונדערט פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט.
די אָרגאַניזאַציע פֿון „זין און טעכטער פֿון די ייִדישע פֿאַרשיקטע אין פֿראַנקרײַך‟ האָט אָרגאַניזירט אַ צערעמאָניע־מיטוואָך דעם 16טן יולי פֿאַרן אָנדענק־טאָוול פֿון די קרבנות פֿון דער אַקציע, אינעם 15טן אַראָנדיסמענט אין פּאַריז.
אַן אַנדער צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען זונטיק דעם 20סטן יולי אין דער פֿרי פֿאַרן מאָנומענט אין אָנדענק פֿון דער אַקציע, וואָס געפֿינט זיך אויך אינעם 15טן אַראָנדיסמענט אין פּאַריז. דאָס וועט זײַן אַ טייל פֿונעם „נאַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג פֿאַר די קרבנות פֿון ראַסיסטישע און אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס פֿון דער פֿראַנצייזישער מלוכה און פֿאַרן אָנדענק פֿון די חסידי־אומות־העולם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.