„שמירת־עינים‟ — אַ געראָטענע לעבעדיקע סחורה

Guarding Your Eyes While Selling Sex

אַ פֿאַרזאַמלונג דעם 30סטן מײַ, בעת וועלכער מענער האָבן גערופֿן פֿרויען זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אינטערנעץ
Youtube
אַ פֿאַרזאַמלונג דעם 30סטן מײַ, בעת וועלכער מענער האָבן גערופֿן פֿרויען זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אינטערנעץ

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 20, 2014, issue of August 15, 2014.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: ”Unix”: פֿאַרגאַנגענהייט און צוקונפֿט פֿון קאָמפּיוטערײַ, דרשות אויף ייִדיש קעגן אינטערנעץ פֿון אַ סטאַדיאָן־טריבונע)

צוויי וועבזײַטן — „די ישיבֿה־וועלט‟ און „וואָס איז נײַעס‟ — זענען די פּאָפּולערסטע נײַעס־קוואַלן, אָריענטירט אויפֿן ענגליש־רעדנדיקן ליטוויש־מתנגדישן „לייקוווּדער‟ עולם. די שפּאַלטן פֿון ביידע אינפֿאָרמאַציע־מיטלען זענען פֿול מיט פֿינקלענדיקע רעקלאַמעס פֿון פֿרומע און אַלגעמיינע פֿירמעס, פּראָדוקטן, אונטערנעמונגען און אָרגאַניזאַציעס.

צווישן דעם גלימערנדיקן בונטן מישמאַש פֿון רעקלאַמעס און נײַעס מיט בילדער פֿון ישׂראלדיקע באָמבעס און עזה־ראַקעטן, האָבן זיך מיר די פֿאַרגאַנגענע וואָך געוואָרפֿן אין די אויגן צוויי אומגעוויינטלעכע רעקלאַמעס. איין חידושדיקע רעקלאַמע דערקלערט, אַז אַ טייל פֿון אַ באַקאַנטן פּסוק אינעם חומש איז בגימטריא „ישמעאל‟. האָב איך געטראַכט, אַז די דאָזיקע רעקלאַמע האָט עפּעס אַ שײַכות צו די מלחמה־אַרטיקלען. למעשׂה, פֿירט זי צו אַן אַנדער וועבזײַט, וווּ עס ווערט פֿאַרקויפֿט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, וואָס דערמעגלעכט צו פֿירן פֿאַרשיידענע אויטאָמאַטישע גימטריא־חשבונות אינעם טעקסט פֿון תּנ״ך.

עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די צווייטע אומגעוויינטלעכע רעקלאַמע האָט אויך צו טאָן מיט קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, אָבער צוליב גאָר אַן אַנדער סיבה. דאָס פּינטלענדיקע שילדל זאָגט: „ביסט אײַנגעכאַפּט געוואָרן אינעם שמוץ? אַרײַנגעזונקען אין דער אינטערנעץ? ס׳איז פֿאַראַן אַ וועג אַרויס! היט דײַנע אויגן‟. האָב איך באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז די רעקלאַמע האָט צו טאָן מיטן חרדישן קאַמף קעגן דער אינטערנעץ, און רעפּרעזענטירט די מעסיקע מחנה פֿון די, וואָס דערלויבן צו באַזוכן געוויסע וועבזײַטן, נאָר מיט שטרענגע תּנאָים. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל די רעקלאַמע גופֿא געפֿינט זיך אויף דער אינטערנעץ.

דאָס שילדל פֿירט צו דער אָרגאַניזאַציע GuardYourEyes („היט דײַנע אויגן‟), ראָשי־תּיבֿות GYE, וואָס לייגט פֿאָר הילף און עצות די פֿרומע ליבהאָבער פֿון פּאָרנאָגראַפֿיע. די אָרגאַניזאַציע דערקלערט, אַז זי האָט „שוין געהאָלפֿן בערך אַ טויזנט ייִדן זיך אומצוקערן אויפֿן וועג פֿון שׂכל, זעלבסט־קאָנטראָל און אויסהיילונג‟. מע גיט צו, אַז די פּראָבלעם פֿון פּאָרנאָגראַפֿיע האָט דערגרייכט „עפּידעמישע פּראָפּאָרצן‟ אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט.

די אָרגאַניזאַציע לייגט פֿאָר אַן אומזיסטע קאָנסולטאַציע־סיסטעם פֿון 12 טריט, ענלעך צו דער באַקאַנטער הילף־נעץ פֿון „אַנאָנימע אַלקאָהאָליקער‟. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די הילף קאָסט באמת נישט קיין געלט; די שאַפֿער דערקלערן, אַז כּדי אָפּצוהיטן די אויגן, ווי געהעריק, מוז מען אינסטאַלירן ספּעציעלע פֿילטערס אויף אַלע קאָמפּיוטערס, צעל־טעלעפֿאָנען און אַנדערע מכשירים. למשל, כּדי צו באַשיצן אַ געשעפֿט פֿון אויסגעלאַסענע אינטערנעץ־מאַטעריאַלן, דאַרף מען באַצאָלן פֿון 400 ביז 1,250 דאָלאַר; דערנאָך מוז יעדער קאָמפּיוטער־נוצער אינעם געשעפֿט צאָלן ווײַטער 30 דאָלאַר אַ יאָר.

אַן אַנדער עצה, ווי אַזוי אָפּצוכּשרן די „אינטערענעט‟ אין דער היים, ווי עס שטייט געשריבן מיט אַ גרײַז אויף דער וועבזײַט, איז צו אינסטאַלירן די ספּעציעלע „ישיבֿה־נעץ‟ — די בליצפּאָסט אָן קיין צוטריט צו דער אינטערנעץ, אָדער בלויז צו אַ פּאָר אויסגעקליבענע כּשרע וועבזײַטן. אַזאַ דינסט קאָסט „בלויז‟ 45־60 דאָלאַר אַ חודש. אויב מע צאָלט אַ צענדליק דאָלאַר יעדן חודש, קאָן מען אָפּטאָן אַזעלכע קונצן מיט אַ טעלעפֿאָן.

נאָך אַ פּראָיעקט, וואָס די אָרגאַניזאַציע לייגט פֿאָר, מיטן נאָמען „ישמורני‟, איז אַ סיסטעם פֿון ספּעציעלע שומרים, וואָס פֿירן אַן אויפֿזיכט איבער דעם קאָמפּיוטער־באַנוץ פֿון זייער קהילה־מיטגלידער. טאָמער מע טרעפֿט עפּעס צווייפֿלהאַפֿטיקס, גיט מען איבער די אינפֿאָרמאַציע צו אַ רבֿ. אַזאַ סיסטעם איז שוין אָנגענומען אין לייקוווּד.

אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע ווערן אויך רעקלאַמירט אַ צאָל ביכער אויף דער דאָזיקער טעמע, אַרײַנגערעכנט אַ גאַנצע 90־זײַטיקע מגילה אויף ייִדיש מיטן נאָמען „היט דיינע אויגען‟ .שאַצט אָפּ די „ייִדישע‟ פֿראַזע אויפֿן שפּיץ פֿונעם ייִדישן זײַטל: „סייט אנדער קאנסטראקשאן‟: https://guardyoureyes.com/yid/

ווען מע לייענט די מאַטעריאַלן אויף דער וועבזײַט, שאַפֿט זיך צומאָל אַן אײַנדרוק, אַז זיי זענען גופֿא כּמו־פּאָרנאָגראַפֿישע. עס ווערט פּרטימדיק דערציילט וועגן דעם גלוסט פֿון אַ געוויסן מאַן צו ייִנגלעך; וועגן אַ ישיבֿה־בחור, וואָס האָט בײַ 15 יאָר אָנגעהויבן מאַסטורבירן; וועגן די געפֿערלעכע תּאווה פֿון אַ פֿרומען מאַן, וואָס איז געזעסן לעבן אַ פֿרוי אין אַ זומער־קלייד אויף אַן עראָפּלאַן. אויף יעדן שריט און טריט נאָך אַזעלכע מעשׂיות ווערט ווידער דערמאָנט, אַז כּדי זיך צו פֿאַרהיטן פֿונעם שרעקלעכן שמוץ, מוז מען אינסטאַלירן די ספּעציעלע פֿילטערס אָדער צו שטעלן איבער זיך אַ משגיח.

איך בין אַ ליבהאָבער פֿון דער אָפּעראַציאָנעלער סיסטעם „לינוקס‟ און אירע „העקערישער‟ ווערטן — דער עיקר, די אומבאַגרענעצטע צוטריטלעכקייט און פֿרײַהייט פֿון אינפֿאָרמאַציע. כּלערליי חכמות און טעכנאָלאָגיעס, וואָס ווערן אַנטוויקלט אין די „לינוקס‟־קרײַזן אויף אַ קאָאָפּעראַטיוון פֿרײַען אופֿן, קאָן מען אויסנוצן אינגאַנצן בחינם, למשל, פֿאַר די דערמאָנטע גימטריא־חשבונות. מיר איז שווער צו פֿאַשטיין אַ מענטש, וואָס זאָגט זיך דווקא אָפּ פֿון אַזאַ פֿרײַהייט, און צאָלט דערצו געלט, כּדי מע זאָל בײַ אים אָפּהאַקן די אינטערנעץ אָדער שפּיאָנירן נאָך זײַן קאָמפּיוטער.

אַ פֿראַגמענט פֿונעם ייִדישן וועבזײַטל פֿון דער אָרגאַניזאַציע „היט דײַנע אויגן‟
אַ פֿראַגמענט פֿונעם ייִדישן וועבזײַטל פֿון דער אָרגאַניזאַציע „היט דײַנע אויגן‟

עמעצער האָט געפֿרעגט אויף דער דערמאָנטער פֿרומער וועבזײַט אַ שאלה, צי ער מעג קוקן אויף פּאָרנאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן גלײַך פֿאַר אינטימע באַציִונגען מיט זײַן פֿרוי. אַן אַנאָנימער עצה־געבער האָט אים געענטפֿערט, אַז ס׳איז געפֿערלעך שלעכט, ווײַל די תּאווה — אַפֿילו צו עמעצנס אייגענער פֿרוי — פֿאַרוואַנדלט זי אין אַ סעקסועלן אָביעקט. דערפֿאַר, גיט ער צי, מעג מען זיך צו איר דערנענטערן בלויז בײַנאַכט, אין פֿינצטערניש, כּדי נישט צו דערזען די חסרונות פֿון איר גוף. אַדרבה, אויב אַ מאַן זעט אַמאָל זײַן פֿרוי נאַקעטערהייט, וועט עס כּמעט זיכער ברענגען צום גט. בײַם סוף פֿונעם ענטפֿער, מאַכט דער עצה־געבער זיכער, אַז דער שאלה־פֿרעגער ווייסט וועגן די אינטערנעץ־פֿילטערס און דערקלערט, וווּ מע קאָן זיי קויפֿן.

די עצה־געבער פֿון דער צניעות־אָרגאַניזאַציע באַטראַכטן נישט בלויז פּאָרנאָגראַפֿיע, נאָר אַפֿילו הויפּטשטראָמיקע פֿילמען ווי „שמוציקע‟, אויב מע הערט דאָרטן אַ פֿרוי זינגען אָדער אויב דאָס קלייד פֿון אַן אַקטריסע שטימט נישט מיט די הײַנטיקע חרדישע סטאַנדאַרטן. לויט אַזאַ לאָגיק, וועלן די שאַפֿער פֿון די אינטערנעץ־פֿילטערס און אַנדערע המצאות האָבן תּמיד גענוג נײַע אידעען, וואָס מע זאָל פֿאַרווערן, פֿאַרדאַמען — און ממילא פֿאַרקויפֿן.

אומצאָליקע שווינדלער שאַפֿן ספּעציעלע וועבזײַטן מיט זעלטענע סעקסועלע פֿעטישן, כּדי אײַנצורעדן די קונים צו באַצאָלן פֿאַר דעם גרויסע געלטער אָדער אויסזאָגן די נומערן פֿון זייערע קרעדיט־קאַרטלעך. פּונקט אַזוי, האָט זיך אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט פֿאַרשפּרייט די פֿיטישיסטישע אָבצעסיע וועגן צניעות, וואָס ווערט אויך פֿאַרקויפֿט פֿאַר געלט.

לויט דעם דערמאָנטן עצה־געבער, קומט אויס, אַז אויף זײַן אייגענער נאַקעטער פֿרוי טאָר אויך אַ מאַן נישט קוקן, ווײַל זי איז, מן־הסתּם, אַ מיאוסע. דאָס איז, בעצם, אַן אויסטערליש פֿאַרקערטע פֿאָרעם פֿון אַ סעקסועלן פֿעטיש, לויט וועלכן די גשמיותדיקע שיינקייט שטעקט דווקא אין די שיקסעס. אַזאַ פֿעטיש פֿאַרוואַנדלט די פֿרויען אויך אין סעקסועלע אָביעקטן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. די ערלעכע פֿרומע ייִדישע פֿרויען זענען תּשמישי־קדושה, וואָס טויגן אויפֿן קאָכן טשאָלנט מיט קוגל, להיפּוך צו די „טמאנע‟ שיקסעס, וואָס טויגן דווקא אויף גראָבע תּאוות.

אַ פֿרומע אילוסטראַציע וועגן דער סכּנה פֿון אומצניעות, אָנגעצילט אינעם אויג פֿונעם אינטערנעץ־באַנוצער
אַ פֿרומע אילוסטראַציע וועגן דער סכּנה פֿון אומצניעות, אָנגעצילט אינעם אויג פֿונעם אינטערנעץ־באַנוצער

וואָס איז דער חילוק, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, צווישן דער קאָמערציעלער פּאָרנאָגראַפֿיע און די קאָמערציעלע קעמפֿער קעגן „שמוץ‟? ביידע פֿאַרוואַנדלען די געשטאַלט פֿון אַ פֿרוי אין אַ סחורה, וואָס מע קאָן פֿאַרקויפֿן אויף היפּוכדיקע אופֿנים.

נישט איין מאָל האָב איך שוין געהערט פֿון פֿרומע יונגע־לײַט, און פּערזענלעך געטראָפֿן אַזעלכע פּאַרשוינען, וואָס היטן זיך טאַקע פֿון דער אינטערנעץ אויף זייערע קאָמפּיוטערס. אַנשטאָט דעם, זוכן זיי די עכטע לעבעדיקע סחורה, מיט דער הילף פֿון זייערע צעל־טעלעפֿאָנען, אין אַטלאַנטיק־סיטי — אַ שטאָט, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון לייקוווּד, און באַקאַנט מיט די קאַזינאָס און אַנדערע פֿאַרווײַלונגען. אַוודאי, קאָן מען אויך צווינגען אַזעלכע מענטשן פּטור צו ווערן פֿון זייערע טעלעפֿאָנען און אויפֿשטעלן אַ מויער אַרום דער פֿרומער לייקוווּדער געגנט. מע קאָן אויך צווינגען די קהילה צו באַצאָלן פֿאַר דעם גרויסע געלטער.

יעדער יחיד האָט זיכער דאָס רעכט זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אינטערנעץ און אָננעמען אויף זיך אַלערליי צניעות־חומרות. מע קאָן גיין אַ גאַנצן טאָג אײַנגעוויקלט אין אַ טלית, כּדי נישט צו זען אַרום זיך ווײַטער ווי אַרבע־אַמות. אַדרבה, געזונטערהייט. דאָס פֿאַרוואַנדלען צניעות אין אַ געשעפֿט און צווינגערײַ איז אָבער פּונקט אַזוי — אויב נישט מער — עקספּלואַטאַטאָריש, ווי די „עסקאָרט־דינסטן‟ אין אַטלאַנטיק־סיטי.