מאַלײַזישער עראָפּלאַן אַראָפּגעשאָסן איבער אוקראַיִנע

Malaysian Plane Shot Down Over Ukraine

שטיקער פֿונעם געקראַכטן מאַלײַזישן עראָפּלאַן MH17
Getty Images
שטיקער פֿונעם געקראַכטן מאַלײַזישן עראָפּלאַן MH17

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

פֿרײַטיק, דעם 18טן יולי, איז דער מאַלײַזישער עראָפּלאַן MH17 אַראָפּגעשאָסן געוואָרן אינעם דאָרף גראַבאָוואָ, אוקראַינע. 298 פּאַסאַזשירן און מיטגלידער פֿונעם עקיפּאַזש זענען אומגעקומען. דער עראָפּלאַן איז געפֿלויגן איבערן גרענעץ־ראַיאָן צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, וווּ עס גייט איצט אָן אַ מלחמה. ביידע צדדים, די אוקראַיִנישע אַרמיי און די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן, האָבן געלייקנט דאָס אַחריות פֿאַרן טראַגישן אינצידענט.

צווישן די קרבנות איז געווען אַ 27־יאָריקער ישׂראלדיקער בירגער, איתמר אַבֿנון. זײַן טאַטע, דובֿ אַבֿנון, האָט איבערגעגעבן וועגן זײַן זונס טויט אויפֿן „פֿייסבוק‟ און דערקלערט, אַז ער איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס זײַן קינד איז „אויפֿגעוואַקסן מיט דער ביבל, גלייבנדיק, אַז יעזוס איז געשטאָרבן אויפֿן קרייץ, כּדי צו ראַטעווען אים אויף יענער וועלט‟. דער טאַטע פֿונעם אומגעקומענעם איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט איצט אין האָלאַנד און האַלט זיך פֿאַר אַ קריסט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.

אַ באַקאַנטער פֿונעם אומגעקומענעם האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז איתמר אַבֿנון איז געווען אויף אַ חתונה אין האָלאַנד און געפֿלויגן דורך מאַלײַזיע קיין אויסטראַליע, וווּ ער האָט שטודירט. אינעם יאָר 2007 האָט ער געדינט ווי אַ פּאַראַשוטיסט אין צה״ל. דער פּאַסאַזשיר פֿונעם אַראָפּגעשאָסענעם עראָפּלאַן האָט פֿאַראַָבֿלט זײַן ווײַב און צוויי קינדער, יונתן און רות. די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין אַמסטערדאַם האָט אויסגעדריקט מיטלייד די משפּחות פֿון די פּאַסאַזשירן, וואָס צווישן זיי זענען געווען 173 האָלענדער. די אַנדערע זענען געווען בירגער פֿון אויסטראַליע, מאַלײַזיע, אינדאָנעזיע, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד און אַ צאָל אַנדערע לענדער.

דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט אויסגעדריקט מיטלייד און באַטאָנט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען „שאָקירט געוואָרן‟ פֿונעם אינצידענט. צווישן די פּאַסאַזשירן זענען געווען אַרום 100 וויסנשאַפֿטלער, אַקטיוויסטן, פֿאָרשער און מעדיצינישע מיטאַרבעטער, וועלכער זענען געפֿאָרן קיין מעלבורן אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן „איידס‟.

מע איז חושד, אַז די סעפּאַראַטיסטן, וועלכע קריגן זייער געווען פֿון רוסלאַנד, האָבן באַשאָסן דעם עראָפּלאַן מיט אַ ראַקעט. די פּאָליטישע אַנאַליטיקער האָבן באַטאָנט, אַז אויב עס וועט זיך אײַנגעבן אויסצוגעפֿינען, וועלכער צד פֿונעם קאָנפֿליקט אין מיזרח־אוקראַיִנע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער שיסערײַ, וועט עס מערקווירדיק ווירקן אויפֿן פּאָליטישן מצבֿ פֿון אוקראַיִנע און רוסלאַנד. ביידע צדדים האָבן באַשולדיקט איינער דעם צווייטן אינעם אינצידענט.

דאָס איז שוין אַ צווייטע קאַטאַסטראָפֿע, וואָס איז לעצטנס געשען מיט די מאַלײַזישע אַוויאַ־ליניעס. אין מאַרץ איז מיסטעריעז פֿאַרשוווּנדן אַן אַנדער עראָפּלאַן, אויפֿן וועג פֿון מאַלײַזיע קיין כינע. ביז הײַנט ווייסט מען נישט, וואָס ס׳האָט מיט אים פּאַסירט.