דאָנערשטיק, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די ישׂראלדיקע יבשה־אָפּעראַציע, האָט דער אַמעריקאַנער מלוכה־סערקעטאַר, דזשאָן קערי, גערעדט אויפֿן טעלעפֿאָן מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, און אויסגעדריקט זײַן זאָרג וועגן די ציווילע קרבנות אין עזה, און גערופֿן די ישׂראלדיקע אַרמיי צו פֿירן אירע מיליטערישע אָפּעראַציע אויף אַ „פּינקטלעכן‟ אופֿן, בלויז קעגן די טונעלן, וואָס „כאַמאַס‟ האָט אויסגעגראָבן צוליב טעראָריסטישע צוועקן.
קערי האָט ווידער באַטאָנט, אַז זײַן רעגירונג אָנערקענט דאָס רעכט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג צו באַשיצן אירע בירגער פֿון דער טעראָריסטישער סכּנה און צו צעשטערן די טונעלן, דורך וועלכע די טעראָריסטן ברענגען אַרײַן זייער געווער. דזשען פּסאַקי, קעריס וואָרטזאָגערין, האָט איבערגעגעבן, אַז דער מלוכה־סעקרעטאַר האָט באַטאָנט אין זײַן געשפּרעך מיט נתניהו, אַז מע וואָלט „זיכער געקענט‟ אויסמײַדן אַ סך קרבנות פֿון דער אומשולדיקער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג. פּסאַקי האָט צוגעגעבן, אַז דער טויט פֿון פֿיר פּאַלעסטינער קינדער, וועלכע האָבן געשפּילט אין פֿוטבאָל אויף אַ פּלאַזשע, ווען די ישׂראלדיקע ראַקעטן האָבן זיי דערהרגעט, איז געווען אַ באַזונדערס טרויעריקער אינצידענט.
פּסאַקי האָט געזאָגט, אַז קערי בלײַבט אין קאָנטאַקט מיט די רעגירונגען פֿון עגיפּטן און קאַטאַר, האָפֿנדיק צו העלפֿן בשותּפֿות מיט זיי אָפּצושטעלן דעם קאָנפֿליקט. אין פֿאַרגלײַך מיט דער עגיפּטישער רעגירונג, געפֿינט זיך די קאַטאַרישע רעגירונג אין נאָענטע באַציִונגען מיט „כאַמאַס‟. ווען די יאָרדאַנישע רעגירונג איז געווויר געוואָרן וועגן דער יבשה־אָפּעראַציע, האָט זי גערופֿן דעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ דורכצופֿירן אַן אויסעראָרדנטלעכע זיצונג, כּדי צו באַטראַכטן, ווי אַזוי צו לייזן די סיטואַציע.
מיטוואָך, איידער די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אָנגעהויבן די יבשה־אָפּעראַציע, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, געזאָגט, אַז זײַן אַדמיניסטראַציע טוט אַלץ, וואָס איז מעגלעך, כּדי צו דערגרייכן אַ שטילשטאַנד צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟. אָבאַמאַ האָט צוגעגעבן, אַז ישׂראל האָט רעכט זיך צו באַשיצן פֿון די ראַקעט־אַטאַקן, אָבער אויך באַמערקט, אַז די פֿרידלעכע באַפֿעלקערונג אינעם עזה־פּאַס לײַדט פֿון די ישׂראלדיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס. „במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי וואָכן‟, האָט באַטאָנט דער פּרעזידענט, „זענען מיר פֿאַרטרויערט פֿון דעם, וואָס אַזויפֿיל אומשולדיקע תּושבֿים פֿון עזה, אַרײַנגערעכנט פֿרויען און קינדער, לײַדן פֿון דער מלחמה‟. אין דער זעלבער רעדע, האָט אָבאַמאַ פֿאַרדאַמט „כאַמאַס‟ פֿאַר פֿאַרלענגערן דעם קאָנפֿליקט. מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט עגיפּטן פֿאָרגעלייגט אַ שטילשטאַנד־פּלאַן; ישׂראל האָט מסכּים געווען, אָבער „כאַמאַס‟ — נישט. פֿרײַטיק, אויפֿן צווייטן טאָג פֿון דער יבשה־אָפּעראַציע, האָט אָבאַמאַ געשמועסט מיט נתניהו און ווידער באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג שטיצט די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס, אָבער איז פֿאַרזאָרגט וועגן דער עסקאַלאַציע פֿונעם קאָנפֿליקט און דער וואַקסנדיקער צאָל פֿון די אומגעקומענע אומשולדיקע מענטשן.
ווען אָבאַמאַ האָט גערעדט מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער, האָבן אינעם טעלעפֿאָן געהילכט די סירענעס, וואָס וואָרענען וועגן די ראַקעט־אַטאַקן לעבן תּל־אָבֿיבֿ. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט צוגעגעבן, אַז קערי קלײַבט זיך אין גיכן צו באַזוכן ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.