פּאַריז. — דער פֿראַנצייזישער אינערן־מיניסטער האָט מאָנטיק צוגעזאָגט זיך צו פֿירן שטרענגער קעגן די דורכפֿירער פֿון אַנטיסעמיטישע אַקציעס, נאָך דעם ווי עטלעכע פּראָ־פּאַלעסטינער מאַניפֿעסטאַציעס אין און לעבן פּאַריז זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ווילדע אומרוען.
אין פֿראַנקרײַך געפֿינט זיך סײַ די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אייראָפּע, סײַ די גרעסטע מוסולמענישע.
די אָרטיקע מעדיאַ האָט געוויזן דעם פֿאַרברענטן פֿאַסאַד פֿון אַ כּשרער שפּײַזקראָם אין דער ייִדישער געגנט פֿון פּאַריז, סאַרסעל, נאָך אַ פּראָ־פּאַלעסטינער פּראָטעסט זונטיק, וואָס האָט נישט געהאַט קיין דערלויבעניש פֿון די שטאָט־אינסטאַנצן. מיט אַ וואָך פֿריִער, האָבן די פּראָ־פּאַלעסטינער זיך צוזאַמענגעשטויסן מיט די פּאָליציייִשע זיכערהייט־כּוחות לעבן צוויי פּאַריזער שילן.
„ס׳איז אומדערטרעגלעך צו אַטאַקירן שילן אָדער געוועלבן, בלויז ווײַל די פֿאַרוואַלטער זענען ייִדן,‟ האָט דער אינערן־מיניסטער בערנאַרד קאַזענעוו דערקלערט פֿאַר זשורנאַליסטן בעת אַ וויזיט אין סאַרסעל, וווּ עס וווינט אויך אַ גרויסע באַפֿעלקערונג פֿון נישט־ייִדישע אימיגראַנטן.
„גאָרנישט קאָן באַרעכטיקן אַנטיסעמיטיזם אָדער אַזוינע געוואַלד־אַקטן,‟ האָט ער באַטאָנט. „מיר וועלן אַזוינע זאַכן באַקעמפֿן און באַשטראָפֿן.‟
לויט דער אָרטיקער מעדיאַ האָבן די יונגע לײַט אין סאַרסעל זיך געשלאָגן מיט דער פּאָליציי, פֿאַרברענט אויטאָס, און באַראַבעוועט אַ צאָל געשעפֿטן, אַרײַנגערעכנט נישט־ייִדישע. אַ נישט־דערלויבטע מאַניפֿעסטאַציע מיט אַ טאָג פֿריִער האָט אויך גורם געווען צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי.
עס זענען אָבער אויך פֿאָרגעקומען איבערן לאַנד עטלעכע פֿרידלעכע דעמאָנסטראַציעס, וואָס האָבן יאָ געהאַט די דערלויבעניש פֿון די אָרטיקע אינסטאַנצן.
אַ טייל דעמאָנסטראַנטן, און אַפֿילו הויך־ראַנגיקע סאָציאַליסטישע פּאָליטיקער, האָבן קריטיקירט דעם פֿאַרווער קעגן פּראָ־פּאַלעסטינער מאַניפֿעסטאַציעס, וואָס די רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט מיט אַ וואָך צוריק, כּדי אויסצומײַדן אַנטיסעמיטישע אַטאַקן. זיי טענהן, אַז אַזאַ פֿאַרווער איז קאָנטער־פּראָדוקטיוו. קאַזענעוו האָט אָבער געענטפֿערט, אַז ער וואָלט רעאַגירט אויפֿן זעלבן אופֿן, ווען מע וואָלט באַפֿאַלן קלויסטערס אָדער מעטשעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.