דער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן און דער ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר-רחל און אידאַ קאַמינסקאַ זענען אײַנגעהילט אין טיפֿן טרויער, צוליב דער גרויסער אַבֿדה, וואָס מיר האָבן אַלע געליטן מיטן טויט פֿון שמעון שורמיעי.
שמעון שורמיעי איז געווען אַ וואָלינער. דער וואָלינער דיאַלעקט איז אָנערקענט ווי די בינע-שפּראַך פֿון ייִדישן טעאַטער אין דער וועלט. אַנדערע מוזן אים לערנען, אָבער שמעון שורמיעי האָט אים געבראַכט פֿון דער היים. סײַ די אָנהייב־שול, סײַ די גימנאַזיע האָט ער דורכגעמאַכט אין ייִדיש אין וואָלין. ווען עס איז אין יאָר 1941 אויסגעבראָכן די מלחמה קעגן ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער זיך עוואַקויִרט קיין אַלמאַ-אַטאַ (קאַזאַכסטאַן) און דאָרט פֿאַרענדיקט די טעאַטער-סטודיע.
קומענדיק מיט דער רעפּּאַטריאַציע אין 1946 האָט שורמיעי זיך באַזעצט אין ווראָצלאַוו, און ווי אַ רעזשיסאָר, געשטעלט אינעם אָרטיקן פּוילישן טעאַטער אַ גאַנצע ריי פּיעסן פֿון דער פּוילישער און וועלט־דראַמאַטורגיע.
אין 1969 נעמט ער איבער די דירעקציע פֿונעם ייִדישן מלוכה-טעאַטער. שמעון שורמיעי האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַן ערשטקלאַסיקער אַקטיאָר און רעזשיסאָר. ער האָט פֿאַרנומען פֿאַרשיידענע פֿאַראַנטוואָרטלעכע אַמטן; און געווען במשך פֿון לאַנגע יאָרן דער פֿאָרזיצער פֿונעם קולטור-געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן.
שמעון שורמיעי איז געווען אַ פֿײַנער האַרציקער מענטש, אַ חבֿר און אַ פֿרײַנד, אַ לערער און דערציִער.
אין אָשוויענטשים האָט זיך נאָר וואָס פֿאַרענדיקט די זומער־פּראָגראַם פֿונעם אוישוויץ־מוזיי. סטודענטן זענען געקומען פֿון שוועדן, נאָרוועגיע, רומעניע, אַמעריקע און קאַנאַדע. די פּראָגראַם איז צעטיילט געווען אויף דרײַ טיילן. דער ערשטער טייל איז געווען געווידמעט דער ייִדישער געשיכטע און דער ייִדישער קולטור אין דעם פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן.
דער צווייטער טייל האָט זיך פֿאַרנומען מיטן חורבן בכלל, און מיט דער אויסראָטונג פֿון די ייִדן אין אוישוויץ בפֿרט. אינעם דריטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען דעבאַטירט די מעטאָדאָלאָגיע פֿון חורבן־דערציִונג.
די זומער פּראָגראַם איז אַן איניציִאַטיוו פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם INTERNATIONAL CENTER FOR EDUCATION ABOUT AUSCHWITZ
רבי בונעם פֿון פּשיסכע, וואָס איז געשטאָרבן אין 1827 אין עלטער פֿון 62 יאָר, איז געווען מסתּמא דער גרעסטער צדיק פֿון זײַן דור. פּרנסה האָט ער געשעפּט נישט פֿון זײַנע חסידים, נאָר פֿון זײַן פֿאַך. אין דער יוגנט האָט ער זיך געלערנט אויך וועלטלעכע לימודים אין דאַנציג, און איז געוואָרן אַן אַפּטייקער, טאַקע אין פּשיסכע. ווי רש”י פֿאַר אים, האָט ער נישט געוואָלט האָבן פּרנסה פֿון דער תּורה. בכלל, איז ערלעכקייט געווען אַ צענטראַלער געדאַנק אין זײַן שיטה. זײַן פּשיסכער שיטה לערנט אונדז, אַז אַ מענטש דאַרף העכערן זײַן אייגן רוחניות, איידער ער קען זיך דערהייבן צו גאָט. אַ ריי ביכער און עסייען זענען געשריבן געוואָרן וועגן דער באַרימט־געוואָרענער פּשיסכער שיטה, צווישן זיי QUEST FOR AUTHENTICITY – THE THOUGHT OF REB SIMHAH BUNIM פֿון מיכאל רוזן (ראָזען), און GRANDEUR AND HUMILITY IN THE WRITING OF .SIMHAH BUNIM OF PRZYSUCHA
די טעג ווערט די גרויסע שיינע שיל אין פּשיסכע רענאָווירט. לאָמיר נאָר האָפֿן, אַז זי וועט דינען ווי אַ צענטער פֿון ייִדישע לימודים, למשל, געווידמעט דער פּשיסכער שיטה, דער געשיכטע פֿון דער פּשיסכער קהילה וכדומה. שילן אין פּוילן דינען, צום באַדויערן, כּל־המינים צוועקן, וואָס האָבן אָפֿטמאָל גאָר נישט צו טאָן מיט אונדזער ייִדישער ירושה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.