איך ווייס ניט ווי דאָס בילד זעט אויס, אַ שטייגער, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער אין ענגלאַנד — און, כ׳גלייב, אין ס׳רובֿ צי אַפֿילו אַלע לענדער פֿון אייראָפּע — איז איצט די טעלעוויזיע, און די פּרעסע אויך קאָנצענטרירט, דער עיקר, אויף דער טראַגעדיע פֿון דעם מאַלײַזישן אַעראָפּלאַן און, בכלל, דעם מצבֿ אין דער מלחמה, וואָס רוסלאַנד פֿירט בשתּיקה אין אוקראַיִנע.
די דאָזיקע נײַעס האָבן געשטעלט די געשעענישן אין ישׂראל און עזה אויפֿן צווייטן אָרט. אייניקע משוגענע קאָנספּיראַציע-טעאָרעטיקערס, מישטיינס געזאָגט, טראָגן זיך שוין אַרום מיטן „געדאַנק‟, אַז די גאַנצע מעשׂה האָבן די ציוניסטן (און די אוקראַיִנער?) בכּיוון פֿאַרקאָכט, כּדי אָפּווענדן דעם אינטערעס פֿונעם עולם.
צווישן די 298 אומגעקומענע לײַט פֿון דעם אַעראָפּלאַן, וואָס ליגט זינט דעם 17טן יולי צעברעקלט אויף דער אוקראַיִנישער ערד, זײַנען געווען צען בריטישע בירגער. בכלל, איז אוקראַיִנע פּלוצעם געוואָרן אַן אָרט ערגעץ בשכנות, אַן אָרט, וווּ עס ווערט באַשטימט, און טיילווײַז איז שוין באַשטימט געוואָרן, די פּאָליטיק לגבי רוסלאַנד. וועגן דעם שרײַען די קעפּלעך פֿון בריטישע צײַטונגען, און די אַלע קעפּלעך קען מען פֿאַרסך-הכּלען ווי „פּוטין — דער מערדער!‟.
די רוסישע מעדיאַ דערציילט, בינו-לבינו, גאָר אַן אַנדער מעשׂה: אַז שולדיק זײַנען אַלע אַנדערע; קודם-כּל, אוקראַיִנע, פֿאַרשטייט זיך, אָבער אויך די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למאַי? ווײַל די פֿאַראייניקטע שטאַטן האַלט, כּלומרשט, אין איין צעשאָקלען די וועלט, מאַכן זי אַלץ מער געפֿערלעך. מע באַשולדיקט די אַמעריקאַנער אינעם אינספּירירן אַלע „קאָלירטע‟ רעוואָלוציעס, בפֿרט אין די אַראַבישע לענדער, און אַז די גאַנצע איבערקערעניש אין אוקראַיִנע איז אַ שטיקל אַרבעט פֿון געוויסע אַמעריקאַנער אַגענטן. מע טענהט אויך, אַז דווקא רוסלאַנד טוט מער פֿון אַלע אַנדערע צדדים, כּדי צו דערגרייכן אַ שלום אין אוקראַיִנע.
אַפּנים, צוליב דער רוסישער שטרעבונג צום שלום, האָט פּוטינס רעזשים אָפּגעשניטן קרים און הערט ניט אויף צו שיקן געווער און מענטשן אין אוקראַיִנע. ס׳איז באַוווּסט, אַז מיליטערלײַט ווערן רעקרוטירט און אַריבערגעשיקט דורך דער גרענעץ; אָבער אָפֿיציעל מאַכט זיך מאָסקווע כּלא-ידע, כאָטש ס׳איז אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, אַז אין שפּיץ פֿון די „סעפּאַראַטיסטן‟ שטייען רוסישע בירגער.
בכלל, דער שטראָם פֿון ליגנערײַ, וואָס גיסט זיך איצט פֿון די טעלעוויזיע-עקראַנען און אַלע אַנדערע קאַנאַלן פֿון דער רוסישער מעדיאַ, האָט, דאַכט זיך, קיין פּרעצעדענטן ניט אין דער מאָדערנער רוסישע געשיכטע. אַפֿילו אין די סאָוועטישע צײַטן האָט עס אויסגעזען אַנדערש. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דעמאָלט האָט מען אַפֿילו ניט געדאַרפֿט לײַגן אַזוי ווי איצט. דער סאָוועטישער בירגער איז דאָך געווען כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשניטן פֿון די אויסלענדישע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע, אַזוי אַז אין יענע „גוטע יאָרן‟ האָט מען אַ סך זאַכן געקענט פּשוט פֿאַרשווײַגן.
הײַנט, אָבער, בלײַבט אָפֿן דער צוטריט צו דער אינטערנעץ, אַזוי אַז מע מוז זיך „קעגנשטעלן‟. און מע טוט עס דורך פֿאַרשפּרייטן די סאַמע אויסטערלישע באָבע-מעשׂיות. די „בעסטע‟ פֿון זיי איז אַזאַ: אַז די אוקראַיִנער האָבן געוואָלט אַראָפּשיסן דעם אַעראָפּלאַן מיט פּוטינען (ער איז דאָך געווען אויפֿן וועג פֿון דרום-אַמעריקע), אָבער מע האָט איבערגעפּלאָנטערט און אַראָפּגעשאָסן דעם מאַלײַזישן אַעראָפּלאַן. די צרה איז, אַז דער רוסישער עולם לאָזט זיך מע זאָל אים פֿאַרדרייען דעם קאָפּ; אַריבער 80 פּראָצענט רוסן האַלטן אונטער פּוטינען.
וואָס וועט זײַן ווײַטער? פּוטין שטייט פֿאַר אַ טעמפּן ווינקל. פֿון איין זײַט, איז אים, בלי-ספֿק, קלאָר, אַז די מערבֿ־וועלט האָט אַ שליסל צו אַ סך טירן, וועלכע קענען זיך פֿאַרמאַכן און דערמיט איזאָלירן און אָפּשוואַכן רוסלאַנד. אויב די עקאָנאָמישע סאַנקציעס וועלן, סוף-כּל-סוף, ממשותדיק דערפֿילט ווערן דורך דעם רוסישן המון, קען זיך פֿאַרענדיקן די תּקופֿה פֿון פּוטינס געוואַלדיקער פּאָפּולערקייט. אַ היפּש ביסל רוסן זײַנען שוין צוגעוווינט געוואָרן אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט, קויפֿן שיינע זאַכן און, בכלל, זיך אויפֿפֿירן מעשׂה אייראָפּעער. זיך אָפּצוזאָגן פֿון דעם אַלץ לשם פּוטינס נאַציאָנאַלסטישע אידעען וועט זײַן ניט גרינג.
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פּוטינען שווער, צי אַפֿילו אוממעגלעך, צו בײַטן דעם ראַדיקאַלן קורס אויף אונטערצוהאַלטן די „אונטערגעדריקטע רוסן‟ אין אוקראַיִנע. די פּראָפּאַגאַנדע האָט דאָך די סעפּאַראַטיסטן געמאַכט פֿאַר אמתע, ממש לעגענדאַרע רוסישע העלדן, יורשים פֿון דער העלדישער טראַדיציע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה און אויך פֿריִערדיקע מלחמות. ווי אַזוי קען מען זיי איצט אַוועקוואַרפֿן, און דערבײַ ניט אַרויסרופֿן קיין גרימצאָרן בײַ די אַריבער 80 פּראָצענט אָנהענגער פֿון דער רוסיש-נאַציאָנאַליסטישער פּאָליטיק?
דער ענטפֿער ליגט אין די הענט פֿון פּוטינען און זײַן כּנופֿיא. אין די קומענדיקע טעג וועלן מיר זען, צי ער האָט אַ המצאה, ווי אַזוי זיך אַרויסצודרייען. וועט ער אַ פּרוּוו טאָן אָפּצוּוואַשן דאָס בלוט פֿון זײַנע הענט און זוכן עפּעס אַ פּשרה מיט דער מערבֿדיקער וועלט? צי וועט ער אָננעמען די נײַע באַדינגונגען, אין וועלכע ער און זײַן לאַנד וועלן בלײַבן אויסוווּרפֿן אין די אויגן פֿון דער מערבֿ־וועלט, און די טעמפּעראַטור פֿון דער נײַער קאַלטער מלחמה וועט זיך אויף לאַנג אַראָפּלאָזן זייער נידעריק?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.