פּראָ־ישׂראלדיקע מאַרשן אין דרײַ אויסטראַלישע שטעט

Pro-Israel Rallies Held in 3 Australian Cities


פֿון ייִט״אַ

Published July 22, 2014, issue of August 15, 2014.

אין דרײַ אויסטראַלישע שטעט — מעלבורן, סידניי און פּערט — זענען זונטיק, דעם 20סטן יולי, פֿאָרגעקומען פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט, בסך־הכּל, איבער 3,000 מענטשן. ד״ר דעני לאַם, דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע אין אויסטראַליע, האָט גערופֿן צו שטיצן ישׂראל, וואָס האַלט איצט סײַ אַ פֿיזישע מלחמה אין עזה, סײַ אַ גלאָבאַלן אידעאָלאָגישן קאַמף קעגן די, וואָס לייקענען אָפּ דאָס רעכט פֿון דער ציוניסטישער מלוכה צו עקזיסטירן.

דער סענאַטאָר סקאָט רײַען, וועלכער האָט רעפּרעזענטירט דעם אויסטראַלישן פּרעמיער־מיניסטער, טאָני אַבאָט, אויף דער צוויי־טויזנטיקער פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין מעלבורן, האָט געזאָגט, אַז זײַן רעגירונג „שטייט צוזאַמען מיט ישׂראל‟. די דעמאָנסטראַציע אין סידניי, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ טויזנט מענטשן, איז פֿאָרגעקומען אַרום דער צענטראַלער שיל אין דער פֿאָרשטאָט באָנדי. בערך אַ האַלב טויזנט דעמאָנסטראַנטן אין פּערט האָבן אָרגאַניזירט אַ פּראָ־ישׂראלדיקן „שלום־מאַרש‟, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל אויסטראַלישע פּאָליטיקער.

דזשילי נייטאַן, אַ פֿאָרשונג־באַאַמטע בײַם „אויספֿיר־ראַט פֿון די אויסטראַלישע ייִדן‟, האָט איבערגעגעבן, אַז אין דער פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַציע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם זעלבן טאָג אין סידניי, האָבן זיך באַטייליקט אַרום 5,000 מענטשן. לויט אירע ווערטער, האָבן אַ טייל דעמאָנסטראַנטן געטראָגן פֿאָנען פֿון טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס און אַנטיסעמיטישע פּלאַקאַטן.

דעם זעלבן טאָג, ווען אין אויסטראַליע זענען פֿאָרגעקומען די דעמאָנסטראַציעס, האָבן די ישׂראלדיקע אַרמיי־קוואַלן איבערגעגעבן, אַז נאָך שבת זענען 13 סאָלדאַטן פֿון צה״ל אומגעקומען בעת דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין שודזשאַיִאַ — אַ ראַיאָן אין עזה, באַקאַנט ווי אַ שטאַרקער צענטער פֿון „כאַמאַס‟.

בסך־הכּל, זענען נאָכן אָנהייב פֿון דער יבשה־אָפּעראַציע דערהרגעט געוואָרן 25 ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט. איינער פֿון די אומגעקומענע סאָלדאַטן איז געווען אַן אַמעריקאַנער בירגער מיטן נאָמען מאַקס שטיינבערג — אַ געבוירענער אין לאָס־אַנדזשעלעס, וועלכער האָט געוווינט אין באר־שבֿע און אָנגעהויבן דינען אין צה״ל אינעם יאָר 2012.

די פּאַלעסטינער קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז בעת דער אָפּעראַציע אין שודזשאַיִאַ זענען אומגעקומען 60 תּושבֿים פֿון עזה; בסך־הכּל, זענען בעת דעם הײַנטיקן קאָנפֿליקט דערהרגעט געוואָרן מער ווי 400 פּאַלעסטינער.