די איצטיקע מלחמה, וועלכע ישׂראל פֿירט מיט די טעראָריסטן פֿון עזה האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם ווי צוויי „כאַמאַסניקעס‟ האָבן רוצחיש דערמאָרדעט די דרײַ ייִדישע בחורים. באַלד נאָך זייער מאָרד האָט ביבי נתניהו געזאָגט, אַז „כאַמאַס‟ וועט פֿאַר דעם באַצאָלן אַ הויכן פּרײַז… און אָט גייט שוין אָן אַ אַן אמתע מלחמה…
די דאָזיקע געשעעניש האָט ווידער צעטיילט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט אויף צוויי לאַגערן: אויף די, וואָס האָבן געפֿאָדערט מע זאָל אָנהייבן די מלחמה מיט „כאַמאַס‟; און אויף די, וואָס האָבן געפֿאָדערט צו פֿאַרהאַנדלען מיט די פּאַלעסטינער. דערנאָך, ווען ס’האָבן אָנגעהויבן פֿליִען ראַקעטעס אויף באר־שבֿע, אַשקלון, אַשדוד, תּל־אָבֿיבֿ, האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע סדרה: צי זאָל די אַרמיי אַרײַנגיין אין עזה, צי ניט אַרײַנגיין? אייניקע האָבן געזאָגט: אַרײַנגיין אין עזה און מאַכן אַ סוף צו „כאַמאַס‟. די אַנדערע: מיר זענען שוין צוויי מאָל געווען אין עזה — אָן אַ שום רעזולטאַט… שלום־פּראָצעס, אונטערהאַנדלונגען!..
אין דובֿ־בער קערלערס ירושלימער דירה זענען מיר געזעסן זאַלבע־דריט: וועלוול טשערנין, דובֿ־בער און איך. מיר מאַכן אַ לחיים. וועלוול טשערנינס זון דינט איצט אין דער אַרמיי. דער מיליטערישער טייל, וווּ עס דינט דער קלענערער טשערנין, איז אַרײַן אין עזה דער ערשטער.
פֿון וועלוול טשערנינס אַ ליד:
נאָר האָב קיין מורא ניט
זײַ שטאָלץ און דרייסט,
און קרעפֿטיק זיך,
בן־יחיד מײַנער.
דער טאָג וועט קומען
אַ גרויזאַמער און אַ פֿײַנער.
גיי ווי דו גייסט
און זײַ ניט מיד…
דובֿ־בערס זון, אַן אַמעריקאַנער און אַ ישׂראל־בירגער, דינט אויך אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי. זײַן מיליטערישער טייל, וואָס שטייט אויף דער גרענעץ, איז אַרײַנגעגאַנגען אין עזה גלײַך נאָכן אַוואַנגאַרד, וווּ עס דינט וועלוול טשערנינס יורש. פֿון דובֿ־בער קערלערס אַ ליד:
טאַטעניו, ליבער,
דײַן ליד, וואָס איז אייניק
מיט אַלץ וואָס איז אייביק
און גלייביק, און קלאָר, —
זאָל באַהיטן, באַשירעמען
דײַן לויטערן אייניק
וואָס אַוועק איז אַהיים
פֿון זאַט פֿרעמדן קאַיאָר
צו באַשיצן דײַן וואָר…
אַרײַנגיין אין עזה צי ניט אַרײַנגיין?…
גאָלדע מאיר האָט אַ מאָל געזאָגט: „מיר זענען מוחל די פּאַלעסטינער, וואָס דערמאָרדן אונדזערע קינדער, נאָר מיר וועלן זיי קיין מאָל ניט מוחל זײַן פֿאַר דעם, וואָס זיי צווינגען אונדז אויף צו טייטן זייערע קינדער‟…
די מלחמות, וואָס עס פֿירט ישׂראל צעטיילן אויף צוויי לאַגערן ניט נאָר אונדזער געזעלשאַפֿט, נאָר אויך די גאַנצע וועלט. אַ קליינע צאָל לענדער האַלט אונדז אונטער, און דער גרעסערער — שיט אויף ישׂראל פּעך און שוועבל. די שׂונאי־ישׂראל שלעפּן אַרויף אויף זייערע פּנימער די מאַסקעס פֿון קעמפֿער און פֿאַרטיידיקער פֿון דעם פּאַלעסטינער פֿאָלק, און הייבן אָן אין פֿאַרשיידענע לענדער זייערע אַנטיסעמיטישע שוואַרצע קאַרנאַוואַלן.
איצט זײַנען אין די ערשטע אַנטי־ישׂראלידיקע רייען די טערקן. וועגן זיי קאָן מען אַ סך געפֿינען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. איך קאָן נאָר צוגעבן: „אַ טערק בלײַבט אַ טערק‟. מײַנער אַ פֿרײַנד האָט געהאַט צו מיר טענות: איצט, ווען עס פֿליִען אויף ישׂראל ראַקעטעס שרײַבסטו וועגן „פֿײַפֿן‟! ער מיינט מײַן אַרטיקל אין פֿאָריקן נומער פֿון „פֿאָרווערטס‟. זאָג איך אים, אַז די זאָרגלאָזיקע ישׂראלים פֿײַפֿן פֿונעם באַרג סיני אי אויף די ראַקעטעס, אי אויף „כאַמאַס‟…
כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט זיץ איך אין אַ באַר און טרינק ביר. דווקא איצט, ווען יעדן טאָג „פֿײַפֿן‟ די לופֿט־סיגנאַלן זענען די באַרן און רעסטאָראַנען איבערגעפּאַקט מיט באַזוכער. די פֿאַרשוויצטע, מידע אָפֿיציאַנטן רעדן צווישן זיך: „זאָל שוין קלינגען אַ לופֿט־אַלאַרעם, וואָלטן מיר געקאָנט זיך אַ ביסל אָפּרוען…‟ פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז נישט מער ווי אַ שפּאַס; זיי זענען זיכער, אַז אונדזער „אײַזערנער קופּאָל‟ וועט אַראָפּשלאָגן די ראַקעטעס, געשיקט פֿון עזה.
פֿרײַטיק איז אויף דער טעלעוויזיע אויפֿגעטראָטן אַ מיליטער־מאַן, וועלכער האָט דערקלערט ווי אַזוי מע דאַרף זיך אויפֿפֿירן בעת אַ פּיקניק: „איידער איר הייבט אָן בראָטן דאָס פֿלייש, דאַרפֿט איר גוט באַטראַכטן די געגנט און אויסקלײַבן אַ פּלאַץ, וווּ איר וועט זיך באַהאַלטן, דערהערנדיק דעם לופֿט־אַלאַרעם. אַ גוטן אַפּעטיט אײַך!…‟
איצט, חשובֿע לייענער, וויל איך אײַך אַנטפּלעקן אַ סוד, וועגן וועלכן עס ווייסט ניט קיינער אויף דער וועלט, און איר וועט זײַן די ערשטע, וועמען איך וועל אים פֿאַרטרויען. צווישן די 20־25 טויזנט „כאַמאַסניקעס‟ איז דאָ בלויז איינער, וועלכער טאָר זיך ניט באַטייליקן אין פֿאַרשיידענע, טעראָריסטישע צי מיליטערישע אַקציעס. זײַן ציל איז צו בלײַבן לעבן. און אויב (גאָט וועט העלפֿן!), אַלע טעראָריסטן וועלן אומקומען, דאַרף דער דאָזיקער פּאַרשוין אַרויס צו דער פּרעסע און אויסשרײַען: „כאַמאַס האָט געזיגט!‟…
נו, מיר זענען אַרײַן אין עזה. דאָרטן זענען שוין אי וועלוול טשערנינס, אי דובֿ־בער קערלערס זין. זאָלן זיי זיגן און בלײַבן לעבן! איצט האָבן די ישׂראלער אַ נײַעם קאָפּווייטיק: אַרויסגיין פֿון עזה צי ניט אַרויסגיין? און אויב אַרויסגיין, איז ווען?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.