די הײַנטצײַטיקע רוסישע ליטעראַטור איז ניט זײער גוט באַקאַנט אין אױסלאַנד, בפֿרט אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿאַרשידענע, צװישן זײ — דער מאַנגל פֿון אינטערעסן צו דעם הײַנטיקן רוסישן לעבן. אין רוסלאַנד איז אינטערעסאַנט זײַן נעכטן, ניט זײַן הײַנט. די רוסישע קלאַסיק בלײַבט אַ טײל פֿונעם ליטעראַרישן װעלט־קאַנאָן, און די סאָװעטישע תּקופֿה, בפֿרט די צװײטע װעלט־מלחמה און סטאַלינס רדיפֿות, רעגן נאָך אַלץ אױף די פֿאַנטאַזיע פֿונעם מערבֿדיקן לײענער. אָבער די איצטיקע צײַט אַסאָציִיִרט מען מיט דער רוסישער מאַפֿיע, קאָרופּציע און פּוטינס אױטאָריטאַרישער מלוכה, װאָס זעט אױס װי אַ מין קאַריקאַטור אױף סטאַלינס סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
דערפֿאַר איז שװער פֿאַר אַ הײַנטיקן רוסישן שרײַבער צוציִען צו זײַנע װערק דעם אױפֿמערק פֿון אַ גרױסן מערבֿדיקן פֿאַרלעגער. אױף דעם מאַרק זײַנען שױן פֿאַראַן אַ פּאָר נעמען, װאָס באַפֿרידיקן דעם שוואַכן אינטערעס צו רוסלאַנד, און דער נאָכפֿרעג נאָך פֿרישע װערק איז אַ קנאַפּער. דערצו נאָך זײַנען דאָס רובֿ רוסישע מחברים ניט גוט באַהאַװנט אין די הילכות פֿון דער מערבֿדיקער פֿאַרלעגערישער פּראַקטיק.
אַ בולטער יוצא־דופֿן פֿונעם דאָזיקן כּלל איז די שרײַבערין יעלענאַ קאָסטיוקאָװיטש. זי איז באַקאַנט געוואָרן אין רוסלאַנד מיט אירע איבערזעצונגען פֿונעם איטאַליענישן שרײַבער אומבערטאָ עקאָ. װױנען װױנט זי שױן מער װי צװאַנציק יאָר אין איטאַליע, און לױט דער פֿאַך איז זי אַ ליטעראַרישער אַגענט, אַ שדכן צװישן דעם שרײַבער און דעם פֿאַרלעגער. דעריבער איז זי באַקאַנט מיט בײדע װעלטן — דער ליטעראַרישער און פֿאַרלעגערישער — פֿון אינעװײניק; זי האָט אַ חוש פֿאַר מאָדערנע טענדענצן אױף דעם ליטעראַרישן װעלטמאַרק, און נאָך אַזױ פֿיל יאָר פֿון קאָכן זיך אין דער דאָזיקער בראַנזשע, האָט זי באַשלאָסן אַרױסצולאָזן אַן אײגענעם בוך, װאָס איז אָנגעשריבן לױט דער רעצעפּטור פֿון אַ בעסטסעלער.
דעם מאַטעריאַל פֿאַר איר ראָמאַן „צװינגער‟ האָט קאָסטיוקאָװיטש געשעפּט פֿון איר אײגענער ביאָגראַפֿיע און משפּחה־געשיכטע. איר זײדע, לעאָניד ראַבינאָװיטש, איז געװען אַ קיִעװער טעאַטער־קינסטלער. בעת דער מלחמה האָט ער געדינט אין דער רױטער אַרמײ, און אים איז אױסגעפֿאַלן צו ראַטעװען די קונסט־אוצרות פֿון דער דרעזדען־גאַלעריע אינעם „צװינגער‟–פּאַלאַץ, װאָס די נאַציסטן האָבן פֿאַרבאַהאַלטן גלײַך בײַם סוף פֿון דער מלחמה אין אַלטע שאַכטעס און קעלערס. װעגן דעם האָט ראַבינאָװיטש שפּעטער דערצײלט אין אַ בוך, אָבער צוליב די פֿאָדערונגען פֿון דער סאָװעטישער צענזור, האָט ער געמוזט ענדערן געװיסע פּרטים. ער האָט אַפֿילו גענוצט אַ פּען־נאָמען װאָלינסקי, װאָס האָט פֿאַרן אָפֿיציעלן סאָװעטישן אױער געקלונגען ניט אַזױ ייִדיש װי ראַבינאָװיטש.
קאָסטיוקאָװיטש האָט קינסטלעריש איבערגעאַרבעט די דאָזיקע מעשׂה און זי איבערגעדרײט אין אַ הױך־געשפּאַנטן אַװאַנטורישן סוזשעט, מעשׂה דזשײמס באָנד. דער דערצײלער און הױפּט־העלד איז דאָס אײניקל פֿונעם לעגענדאַרן זײדן, װאָס װױנט שױן לאַנגע יאָרן אין מילאַן און אַרבעט אין אַן איטאַליענישן פֿאַרלאַג. זי האָט געביטן דעם געשלעכט פֿונעם „איך־דערצײלער‟, מען זאָל איר בוך ניט אױפֿנעמען װי אַ „פֿרויען‟־ליטעראַטור. חוץ דעם, האָט זי זיך באַנוצט מיט כּלערלײ געקינצלטע מאָדערניסטישע און פּאָסט–מאָדערניסטישע דערצײלערישע שטיק. די האַנדלונג שפּרינגט אַריבער פֿון אײן צײַט אין דער אַנדערער, דער לײענער הערט די שטים פֿונעם העלדס „באַװוּסטזײַן־שטראָם‟ און קריכט אַרײַּן אין זײַנע חלומות.
דאָס בוך איז געפּאַקט מיט טשיקאַװע ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאַקטן און רמזים פֿאַר אַ פֿײַנשמעקערישן לײענער. דאָ און דאָרטן באַװײַזן זיך באַקאַנטע היסטאָרישע פּערזענלעכקײטן פֿאַרמאַסקירט װי ליטעראַרישע פֿיגורן. הקיצור, יעדער אײנער װעט דאָ געפֿינען עפּעס פֿאַר זײַן געשמאַק, הגם דאָס גאַנצע בוך פֿון העכער זיבן הונדערט זײַטן איז אַ ביסל שװער צו פֿאַרדײַען.
און אַװדאי, איז דאָ פֿאַראַן אַ ייִדישע טעמע. קאָסטיוקאָװיטש שילדערט מיט אַ סך ליבשאַפֿט און פֿאַרשטאַנד דעם לעבנס־שטײגער פֿון אַן אינטעליגענטער קיִעװער ייִדישער משפּחה אין די 1960ער–1970ער יאָרן, און דאָס זײַנען די בעסטע טײלן פֿון איר בוך. זי רעקאָנסטרויִרט מיט די קלענסטע פּרטים די אײגנאַרטיקע אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט, װען אײניקע מיטגלידער פֿון דער פּריװילעגירטער סאָװעטישער אינטעליגענץ האָבן בהדרגה פֿאַרלױרן זײער גלויבן אין קאָמוניזם, און זײַנען געװאָרן פֿאַרביסענע קעמפֿער קעגן דעם רעזשים. דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער אַנטיסעמיטיזם האָט דערבײַ אױך געשפּילט אַ געװיסע ראָלע.
די צרה איז, װאָס ס׳רובֿ הײַנטיקע מחברים, װאָס נוצן אויס די ייִדישע טעמע, האַנדלען מיט פֿלאַכע שאַבלאָנען און סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן. געװײנטלעך, מאַכט מען גרינטלעכע פֿאָרשונגען, כּדי איבערצוגעבן אַקוראַט די סאַמע קלענסטע היסטאָרישע פּרטים, אָבער װען עס קומט צו דער ייִדישער קולטור, און בפֿרט צו ייִדיש, באַװײַזן זיך כּלערלײ „מאַמע־לאָקשן‟ און „לאָקשן־קודש‟. כּמעט אַלע ייִדישע װערטער װערן דאָ ניט פֿאַרשריבן ריכטיק, אַזױ װי ייִדיש וואָלט ניט געווען קײן עכטע שפּראַך. דערבײַ אָבער שפּילט די ייִדישע טעמע אַ װיכטיקע עמאָציאָנעלע ראָלע אין קאָסטיוקאָװיטשעס ראָמאַן.
בכלל פֿאַרנעמען ייִדן און ייִדישקײט אַ חשובֿ אָרט אין דעם „ליבעראַלן‟ צװײַג פֿון דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. זײ דינען װי אַ מין בריק צװישן רוסלאַנד און דער מערבֿ־װעלט. ייִדישע פּערסאָנאַזשן זײַנען שאַרפֿזיניק, באַגאַבט און באַװעגלעך. זײ פֿאָרן אַרום דער װעלט; אומעטום האָבן זײ קרובֿים און באַקאַנטע, און מיט זײער הילף בױט דער מחבר אַ ברײטע, אינטערנאַציאָנאַלע אַרענע פֿאַר דער האַנדלונג. די חורבן־טעמע איז אױך אַ װיכטיקע כּלי אױפֿצוּװעקן דעם אינטערעס בײַם ברײטערן אינטערנאַציאָנאַלן עולם, אָבער אַפֿילו דאָ דערלאָזט מען ניט זעלטן גאַנץ גראָבע היסטאָרישע פֿעלערן. פֿון דעסטװעגן, לױנט זיך איבערצולײענען „צװינגער‟ צוליב דעם רײַכן היסטראָריש־ביאָגראַפֿישן יסוד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.