כ׳האָב ערשט געגעבן אַ סעריע לעקציעס אין „סוירקל לאַדזש‟, אַ פּרעכטיק אָרט, מיט אַ שיינעם טײַך, וווּ די ייִדיש־וואָך, וואָס מען רופֿט „ייִדיש־לאַנד‟ איז שטענדיק אויספֿאַרקויפֿט. דאָס מאָל האָט זיך באַוויזן אַ חבֿרה יונגע בחורים און מיידלעך, וואָס האָבן באַקומען די „פּסח פֿישמאַן סטיפּענדיע‟; צווישן זיי — גאָר טאַלאַנטירטע זינגער און טענצער. אייניקע זײַנען געקומען אַזש פֿון בראַזיל; די אַנדערע פֿון מעקסיקע, און די רעשט פֿון די אַמעריקאַנער שטאַטן.
אָבער וועגן די סטונדענטן האָט שוין געשריבן דער „פֿאָרווערטס‟; דאָס מאָל וועל איך זיך בלויז אָפּגעבן מיט צוויי חבֿרה־לײַט, און אָנהייבן וועל איך מיטן וווּנדערקינד „קאָליאַ באַראַדולין.‟
אָט דער קאָליאַ איז מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק געקומען פֿון ביראָבידזשאַן קיין אַמעריקע, און געווען איינער פֿון מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. זײַן ייִדיש וואָלט איך געוווּנטשן אויף אַלע ייִדישע קינדער, נאָר וואָס ער טוט דערמיט איז גאָרנישט אָפּצושאַצן. אָט האָט ער דערלאַנגט אַן אָוונט, געווידמעט אונדזער אוממיטלבאַרן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, איך רוף אים אונדזער „שייקספּיר‟, איך בין ממש געווען אַנטציקט. אַ חוץ די אויסצוגן פֿון סוצקעווערס לעבן, האָט קאָליאַ דאָס פֿאַרבונדן מיט סוצקעווערס לידער און געשטאַלט, ווען דער פּאָעט האָט פֿאָרגעלייענט פֿון זײַן אייגענעם אָפּקלײַב.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך שוין אָנגעהערט מיט אַ וועלט רעפֿעראַטן, לעקציעס און פֿאָרלעזונגען פֿון סוצקעווערס ווערק, אָבער דער קאָליאַ האָט צונויפֿגעשטעלט אַ געשטאַלט פֿון סוצקעווערן, מיט דעטאַלן, קאָנצענטרירט זיך אויף זײַן לעבן, זײַן שאַפֿן, זײַנע יאָרן אין דער ווילנער געטאָ און אין די וועלדער. אין 1944 האָט מען אַפֿילו געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים און זײַן פֿרוי אַרויסצושמוגלען פֿון די וועלדער, און אים ברענגען קיין מאָסקווע.
דאָרט, אין מאָסקווע, האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן, פּנים־אל־פּנים מיט אונדזער גאַנצן ליטעראַרישן פֿאַרמעג, וואָס האָט זיך געפֿונען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צווישן זיי די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, שוישפּילער און קינסטלער, וואָס האָבן געהערט צום „אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, מיט וועלכע סטאַלין האָט אין 1952 געשלאָגן מיט זיי כּפּרות.
איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין געווען נישט בלויז אַנטציקט, נאָר אויך געשעפּט נחת פֿון מײַן אַמאָליקן סטודענט.
און איצט קום איך צום צווייטן אומגעוויינטלעכן פֿענאָמען אין ייִדישן לעבן — דעם יוצא־דופֿן פּאַרשוין, וואָס רופֿט זיך שיין בייקער. איז קודם און צום אַלעם ערשטן, מוז מען דערמאָנען, אַז דער זעלטענער יונגערמאָן איז נישט קיין ייִד, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש־לשון מיט אַלע פּיטשווקעס. ער האָט ממש אײַנגעשלונגען די שפּראַך און, לאָמיר זאָגן, פֿאַרדײַעט.
ער איז אויך, וואָס מען רופֿט אין גאַס, אַ מענטש פֿון אַלע מלוכות. ער איז אַ קונצן־מאַכער, אַ ייִדישער אַקטיאָר, אַ רעציטאַטאָר, אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, ער גיט קאָנצערטן, און אַלץ אויף מאַמע־לשון.
יאָ, ער איז טאַקע נישט קיין ייִד, אָבער דעם אמת געזאָגט, איז מען דען אַ פֿולשטענדיקער, פּאָלנער אַמעריקאַנער, ווען מען איז אַ ייִד? אַ רוס צי אַ פּאָליאַק? אַ דײַטש, אַ פֿראַנצויז צי אַן איטאַליענער? אַוודאי, נישט. ווי גוט ער זאָל נישט זײַן וועט אַן אויטענטישער איטאַליענער דערפֿילן, אַז ס’פֿעלט אים דאָס פּינטעלע איטאַליענישקייט.
אַלעמאָל פֿאָלגט אונדז נאָך אַן אָנטשעפּעניש, אַ ייִדישער פֿאָדעם פֿון אַבֿרהם אבינו, דורך משה רבינו, די מלאכים, די נביאים, דער ערשטער און דער צווייטער חורבן פֿון בית־המקדש, די גרויסע תּלמידי־חכמים; מיט איין וואָרט, די גאַנצע ייִדישע געשיכטע, ייִדישע קולטור מיט אַלע אירע טראַדיציעס, מינהגים, אַפֿילו ווען מיר היטן זיי נישט אָפּ. שוין אָפּגערעדט פֿונעם חורבן־השלישי — דער אומקום פֿון זעקס מיליאָן ייִדן און זייערע צוקונפֿטיקע דורות, דער המשך פֿון אונדזער שאַפֿן, וויסנשאַפֿט, שפּראַך, ליטעראַטור, אַקטיאָרן און טעאַטראַלע קינסטלער… וועלטן, וואָס שלעפּן זיך נאָך יעדן ייִד, צי ער ווייסט, צי ער ווייסט נישט פֿון וואַנען ער שטאַמט אָפּ. דאָס פּינטעלע ייִד איז אין אונדז אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט, אַ סך מאָל איז עס אומבאַוווּסטזיניק. ס’איז אַ קימא־לן פֿון אַ ריזיקן ייִדישן באַגאַזש, וואָס רופֿט זיך אָפּ אַמאָל, ווען ייִדן זײַנען אין סכּנה, ארץ־ישראל איז אין געפֿאַר, אַן אַנטיסעמיטישער אָנפֿאַל ערגעץ אין דער וועלט.
שיין בייקער איז אַ פֿיגור, וועגן וועמען טאָלסטוי צי דאָסטאָיעווסקי, פֿלאָבער צי אָ־ניל וואָלטן פֿאַרצוקערט. גאַנצע נאָוועלן וואָלט מען געקענט אָנשרײַבן, ווי אַזוי אַ יונגערמאַן פֿון די מיטל־שטאַטן, נישט קיין ייִד, האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט גאַנצע שטחים פֿון אַ ייִדיש לשון, גאַנצע טעריטאָריעס פֿון אונדזער שפּראַך און אַנטציקט אַן עולם אין טעאַטער. ווי געזאָגט, די צוויי קומט אַ יישר־כּוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.