דער גרעסטער שטיצער פֿון דער חרדישער דאַך־אָרגאַניזאַציע „אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע‟ איז אַ קריסטלעכע משפּחה פֿונעם שטאַט אַרקענסאָ.
די אַמעריקאַנער „אַגודה‟ רעפּרעזענטירט געוויסע שטאַרק פֿרומע קהילות, וווּ די מענער טראָגן שוואַרצע היט. צווישן די שטיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע זענען רײַכע ייִדישע בוי־אונטערנעמער און מאַגנאַטן פֿון מעדיצינישע פֿירמעס. במשך פֿון די לעצטע זעקס יאָר האָט די „אַגודה‟ אָבער באַקומען די גרעסטע סומע געלט פֿון די קריסטלעכער אייגנטימער פֿון דער קראָמען־נעץ „וואָל־מאַרט‟.
די „פֿונדאַציע פֿון דער משפּחה וואָלטאָן‟, וועלכע גיט די נדבֿות, געהערט צו די אייניקלעך פֿון סעם וואָלטאָן, דער גרינדער פֿון „וואָל־מאַרט‟, אַ פּרעסביטעריאַנער פּראָטעסטאַנט. אין דער שטאָט, וווּ ער האָט געוווינט — בענטאָנוויל, אַרקענסאָ — איז ביזן יאָר 2004 נישט געווען קיין שיל.
הרבֿ יעקבֿ פּערלאָוו, דער גײַסטיקער מנהיג פֿון „אַגודה‟, האָט געוואָרנט אין מײַ, בעת אַ וועטשערע, וווּ מע האָט געזאַמלט געלט פֿאַר זײַן אָרגאַניזאַציע, אַז „מע מוז פֿאַרהיטן די תּורה פֿון די וועלטלעכע כּוחות, וואָס פֿאַרקריפּלען אירע ווערטן‟. פֿונדעסטוועגן, זענען די „אַגודה‟ און די „וואָלטאָן־פֿונדאַציע‟ מסכּים וועגן איין ענין — די מלוכישע שטיצע פֿון פּריוואַטע רעליגיעזע שולן.
זינט 2008, האָט די פֿונדאַציע אײַנגעשלאָסן די „אַגודה‟ אין דער מאַסיווער נעץ פֿון קאָנסערוואַטיווע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע פֿאָקוסירן זיך אויפֿן שאַפֿן די האַלב־מלוכישע „טשאַרטער־שולן‟ און אײַנפֿירן שול־קופּאָנען — פֿעדעראַלע סובסידיעס פֿאַר רעליגיעזע טאָגשולן. הרבֿ יחיאל קאַליש, דער וויצע־פּרעזידענט בײַם אָפּטייל פֿון דער „אַגודה‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אַנטוויקלען די באַציִונגען מיט דער מלוכה, האָט דערקלערט, אַז במשך פֿון די לעצטע זעקס יאָר האָט זײַן אָרגאַניזאַציע באַקומען אָדער וועט אין גיכן באַקומען 3.1 מיליאָן דאָלאַר פֿון דער פֿונדאַציע.
אינעם יאָר 2012, האָבן די הוצאות פֿון דער „אַגודה‟ באַטראָפֿן 18 מיליאָן דאָלאַר; די נדבֿות פֿון דער קריסטלעכער פֿונדאַציע, וועלכע באַטראַכט די ייִדישע אָרגאַניזאַציע ווי אַ „נאַטירלעכן שותּף‟, ווי קאַליש האָט דערקלערט, האָט שטאַרק געהאָלפֿן די חרדישע בילדונג־פּראָגראַמען. בסך־הכּל, ווי עס האָט איבערגעגעבן די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט די פֿונדאַציע באַצאָלט זינט 2000 אַ מיליאַרד דאָלאַר פֿאַר בילדונג־פּראָיעקטן, מיט וועלכע זי האָפֿט צו רעפֿאָרמירן די אַמעריקאַנער שול־סיסטעם. די „אַגודה‟ פֿאַרנעמט אַ קליינעם, אָבער אַ וויכטיקן אָרט אין דער גרויסער נעץ פֿון פֿאַרשיידענע קאָנסערוואַטיווע אָרגאַניזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.