אין מאָסקווע און אין סאַנקט־פּעטערבורג זענען אָרגאַניזירט געוואָרן פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס. די ערשטע דעמאָנסטראַציע אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען דעם 16סטן יולי אין צענטער שטאָט. צווישן די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן זענען געווען: דער „רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס‟, די מאָסקווער ייִדישע קהילה, דער „אייראָ־אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס‟, די ציוניסטישע באַוועגונג „שחר‟, און נאָך עטלעכע ייִדישע פֿאַראיינען.
עס זענען אויפֿגעטראָטן — דער הויפּט פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟ און דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם רוסלענדישן הויפּט־רבֿ, שמעון לוין. „ישׂראל פֿאַראייניקט איצט אַלע ייִדן און באַשיצט די גאַנצע ציוויליזירטע וועלט, — האָבן זיי געזאָגט, — און דערפֿאַר איז דער חובֿ פֿונעם וועלט־ייִדנטום צו שטיצן ישׂראל‟. צו דער דעמאָנסטראַציע זענען געקומען אַרום 400 מענטשן.
אַ ביסל קלענער — 300 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער דעמאָנסטראַציע אין סאַנקט־פּעטערבורג, אויף מאַרס־פֿעלד. די דעמאָנסטראַציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס בשותּפֿות מיטן קאָנסולאַט פֿון מדינת־ישׂראל. די אידעע, וואָס האָט זיך איבערגעחזרט אין די אויפֿטריטן, איז געווען, אַז די איצטיקע לאַגע פֿון די ישׂראל־אײַנוווינער איז ענלעך צום גורל פֿון פּעטערבורג בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה: סירענעס, לופֿט־אַטאַקן, געהרגעטע קרובֿים און חבֿרים. די דעמאָנסטראַציע האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ סירענע און געענדיקט מיטן זינגען „התּיקווה‟.
זונטיק דעם 20סטן יולי איז אין דער מאָסקווער שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ (וואָס געהערט דעם חב‟ד) פֿאָרגעקומען אַ באַזונדערע תּפֿילה: דער אַטאַשע פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע האָט פֿאָרגעלייענט אַ קאַפּיטל „תּהילים‟ לזכר די דערהרגעטע, דער רוסלענדישער הויפּט־רבֿ, בערל לאַזאַר, האָט אויפֿגערופֿן צו דאַווענען פֿאַר ייִדן אין מדינת־ישׂראל און פֿאַר דער הצלחה פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי.
זונטיק איז אין מאָסקווער ישיבֿה „מכון ר״ן‟ פֿאָרגעקומען אַ סיום־מסיבה. די ישיבֿה איז איינע פֿון ווייניקע אין אייראָפּע, וואָס גרייטן צו שוחטים, און עס לערנען זיך אין איר גאָר אַ סך אויסלענדער. אַחוץ שחיטה, קענען די סטודענטן זיך לערנען אויך סופֿרות אָדער ווערן רבנים.
עס איז פֿאָרגעקומען אַן אָפֿענער עקזאַמען, און נאָך אים — אַ פֿײַערלעכע מסיבה, מיטן צוטיילן די דיפּלאָמען.
נאָך אַ ידיעה פֿון דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. שבת איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ פּיקניק, אָרגאַניזירט פֿון דער צײַטשריפֿט „אַפֿישאַ‟ אין איינעם פֿון די בעסטע מאָסקווער פּאַרקן — קאָלאָמענסקאָיע. דער פּיקניק איז געווען אַ גוטע מעגלעכקייט זיך צו דערקוויקן: עס זענען פֿאַרבעטן געוואָרן באַרימטע מוזיקאַנטן, דער עולם האָט אָנטייל גענומען אין פֿאַרשיידענע שפּילן, געזען פֿאָרשטעלונגען און אויסשטעלונגען, געקויפֿט מאָדישע קליידער און פֿאַרזוכט געשמאַקע מאכלים. אַ שאָד, וואָס די דאָזיקע אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן דווקא שבת. די טעמע פֿון דעם מוזייס אויסשטעלונג איז הײַיאָר געווען „די ייִדישע חתונה‟: מע האָט דערציילט וועגן די טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט דער חתונה, דער עולם האָט געקענט אויסמאָלן אַ חופּה, באַקן אַ חתונה־קוכן, מאַכן חתונה־קליידער פֿאַר זיך און פֿאַר חתן־כּלה, טאַנצן „אַ שער‟ און אַנדערע חתונה־טענץ. פֿאַר חתן־כּלה האָט מען אויסגעקליבן אַן אמת פּאָרל פֿון עטלעכע פֿרײַוויליקע קאַנדידאַטן.
דער צענטער „חורבן‟ האָט זיך געווענדט צו דער מלוכה מיטן פֿאָרשלאָג צו שאַפֿן אין רוסלאַנד אַ נײַעם אָנדענק־טאָג — דעם טאָג פֿון חורבן. זיי האָבן געהאָפֿט צו באַקומען אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער, ווײַל מיט אַ וואָך פֿריִער, ווען פּרעזידענט פּוטין האָט זיך באַגעגנט מיט דער דעלעגאַציע פֿון רבנים, האָט ער גערעדט וועגן חורבן, וועגן דעם גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און וועגן דער העלדישקייט פֿון די ייִדן. די הויפּטן פֿונעם צענטער „חורבן‟ האָבן פֿאָרגעלייגט צו דערקלערן דעם אָנדענק־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר, די דאַטע פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ. דער ענטפֿער פֿון דער מלוכה איז אָבער געווען אַ נעגאַטיווער: עס שטייט געשריבן, אַז דערמאָנען די קרבנות דאַרף מען דעם 22סטן יוני, אינעם אַלרוסלענדישן „טאָג פֿון טרויער‟; דער טאָג, ווען עס האָט אויסגעבראָכן די „גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה‟ פֿאַר סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די וואָרטזאָגער אינעם צענטער „חורבן‟ טענהן, אַז דער באַשלוס איז אַ פּרוּוו צו פֿאַרשווײַגן דעם באַזונדערן גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. זיי האָבן זיך ווידער געווענדט צו דער מלוכה מיט דעם זעלביקן פֿאָרשלאָג, און האָפֿן, אַז ווינטער 2015 וועט שוין אין רוסלאַנד אָפּגעמערקט ווערן דער „טאָג פֿון חורבן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.