די „פֿאַרשוווּנדענע‟ ישיבֿה־בחורים פֿון סטאַמפֿאָרד־היל

The "Missing" Yeshiva Students of Stamford Hill

דער וויזשניצער חדר „חיים מאירים תּלמוד תּורה‟, אין סטאַמפֿאָרד היל, לאָנדאָן
דער וויזשניצער חדר „חיים מאירים תּלמוד תּורה‟, אין סטאַמפֿאָרד היל, לאָנדאָן

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 24, 2014, issue of August 15, 2014.

לויט אַ נײַעס־באַריכט, וואָס איז לעצטנס טראַנסמיטירט געוואָרן אויפֿן לאָנדאָנער טעלעוויזיע־קאַנאַל 4, לערנען זיך כּמעט טויזנט ייִנגלעך צווישן 13 און 16 יאָר אין אומלעגאַלע ישיבֿות אין סטאַמפֿאָרד היל, מיזרח־לאָנדאָן. סטאַמפֿאָרד היל איז אַ פֿרומע ייִדישע געגנט, וואָס נעמט אַרײַן סאַטמערער, סקווערער, בעלזער, באָבעווער און וויזשניצער חסידים.

אינעם טעלעוויזיע־באַריכט, וואָס מע האָט צונויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון רעגירונג־דאָקומענטן, האָט מען געמאָלדן, אַז „אַ סך ייִנגלעך אין דער פֿרומער קהילה אין סטאַמפֿאָרד היל הערן אויף צו לערנען סעקולערע שטודיעס צו 13 אָדער 14 יאָר און הייבן אָן גיין אין ישיבֿות, וווּ דער קוריקולום איז בלויז אַ רעליגיעזער.‟ צוליב דעם וואָס אָט די ישיבֿות זענען נישט אָפֿיציעל רעגיסטרירט (לויטן ענגלישן געזעץ מוזן זײַן אַלע שולן — סײַ פּריוואַטע, סײַ מלוכישע — רעגיסרטירט מיט דער רעגירונג), קומט אויס, אַז צווישן 800 און 1,000 ייִנגלעך צווישן 13 און 16 יאָר זענען פּשוט „פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון דער שול־סיסטעם‟, האָט דער נאַראַטאָר פֿון דער נײַעס־פּראָגראַם געזאָגט. די טעלעוויזיע־סטאַנציע האָט אויך געהאַט אַרויסגעשיקט אַ רעפּאָרטער מיט אַ באַהאַלטענער קאַמערע, וועלכער האָט זיך אָנגעבאָטן כּלומרשט אויף אַרבעט ווי אַ רייניקער פֿונעם בנין. „דורך דעם פֿילם, וואָס מיר האָבן אַראָפּגענומען, האָבן מיר געזען, אַז די ייִנגלעך ווערן אַרײַנגעקוועטשט, מער ווי 50 אין איין קלאַסצימער… מער ווי 100 ייִנגלעך האָט מען פֿילמירט, וואָס גייען אַרײַן אין אַן אומלעגאַלער שול אין לינמאַוט־ראָוד, סטאַמפֿאָרד היל, אָנהייבנדיק פֿון 7:30 אין דער פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט. מע האַלט, אַז די שול איז בלויז איינע פֿון 12 אומלעגאַלע שולן אין דער געגנט.‟

אויף דער אינטערנעץ־זײַט „קאַווע שטיבל‟, האָט הירץ אייכל גומפּרץ, וועלכער קען זיך, אַ פּנים, גוט אויס אויף דעם ענין, דערקלערט, אַז מער ווי אַ מנין ישיבֿות אין לאָנדאָן, אַרײַנגערעכנט די סאַטמערער, מתיבֿתא און „תּורת־חסד‟, האָבן פֿריִער געהאַט געקראָגן בריוו פֿונעם קאַנאַל 4, אַז מע גרייט צו אַ באַריכט וועגן די „אומלעגאַלע אַקטיוויטעטן‟ פֿון די חסידישע ישיבֿות אין סטאַמפֿאָרד היל.

דער גאַנצער ענין איז געקומען צום אויפֿמערק נאָך דעם, ווי די רעגירונג האָט זיך דערוווּסט, אַז ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן האָבן איבערגענומען 25 מלוכה־פֿינאַנצירטע שולן, כּדי זיי צו פֿאַרוואַנדלען אין שטרענגע מוסולמענישע קינדער־אַנטשטאַלטן, און אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון יענע שולן האָט געפֿעלשט די אָפֿיציעלע באַריכטן וועגן זיי, דורכן „אַרײַנרוקן אייגענע אינספּעקטאָרס, וואָס האָבן מיט אַ בלינד אויג פֿאַרקוקט די אומלעגאַלע אַקטיוויטעטן אין די סקולס‟, שרײַבט גומפּרץ.

די זאָרג, אַז יענע איסלאַמישע שולן קאָנען נאָך, חלילה, דערציִען אַ נײַעם דור אײַנגעגלייבטע אין „דזשיהאַד‟, האָט איבערצײַגט די רעגירונג אויך דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג פֿון די נישט־רעגיסטרירטע שולן פֿון אַנדערע רעליגיעס — מיט אַנדערע ווערטער, די חסידישע ישיבֿות.

ווי גומפּרץ דערציילט, טוען די עסקנים פֿון די ישיבֿות דאָס זעלבע וואָס די אַדמיניסטראַטאָרן פֿון די איסלאַמישע שולן, מכּוח די אינספּעקטאָרן. די ישיבֿה־פֿירער ווייסן, אַז אויב אַ ישיבֿה וועט זיך רעגיסטרירן בײַ דער רעגירונג, וועט זי דאַרפֿן פֿאָלגן דעם קוריקולום, וואָס די רעגירונג פֿאָדערט: ענגליש, מאַטעמאַטיק, וויסנשאַפֿט, געשיכטע פֿון אַנדערע פֿעלקער, פֿיזישע געניטונגען, גלײַכהייט פֿאַר אַלע ראַסעס און געשלעכטן, לעקציעס ווי צו באַהאַנדלען פֿאַלן פֿון באַלעסטיקונג, און מיטלען, ווי אַזוי די תּלמידים קאָנען זיך דערוויסן וועגן אַלע סאָרטן קאַריערעס.

די חסידישע עסקנים האַלטן, אַוודאי, אַז אַזאַ קוריקולום וואָלט שטאַרק געשעדיקט דעם חינוך פֿון זייערע בחורים, און דערפֿאַר נעמט מען אַראָפּ פֿונעם רעגיסטראַר די נעמען פֿון אַלע קינדער, ווי באַלד זיי פֿאַרענדיקן דעם חדר, אַזוי אַז אָפֿיציעל גייען די קינדער מער נישט אין שול, אָנהייבנדיק פֿון 12 יאָר אַלט.

וואָס טוט מען אָבער, ווען עס קומט אַן אינספּעקטאָר פֿון דער רעגירונג? גומפּרץ דערציילט, אַז יאָרן לאַנג האָט מען אויסגעמיטן שלעכטע צייכנס פֿונעם אינספּעקטאָר, דורכן ניצן אַן „אייגענעם מענטשן‟. ר׳ חנן טאַמלין, אַ „מאָדערנער ייִד‟, וועלכער האָט געהאַט די נייטיקע קוואַליפֿיקאַציעס צו זײַן אַן אינספּעקטאָר, האָט יאָרן לאַנג פּראָדוצירט וווּנדערלעכע באַריכטן אַפֿילו פֿון די ערגסטע שולן. דער בילדונג־דעפּאַרטאַמענט האָט געוווּסט דערפֿון, צום ווייניקסטן 10 יאָר לאַנג, אָבער האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, שרײַבט גומפּרץ.

„דער איד‟, די סאַטמערער צײַטונג פֿון די אַזוי־גערופֿענע „זאַליס‟ (די אָנהענגער פֿון ר׳ זלמן טייטלבוים) האָט באַצייכנט דעם לאָנדאָנער באַריכט ווי „איין שטיק שקר‟: „ווי קען מען זאָגן, אַז די ייִנגלעך הערן אויף צו לערנען סעקולערע שטודיעס בײַ די 13 יאָר, ווען אונדזערע הייליקע תּינוקות של בית רבן לערנען בכלל נישט קיין סעקולערע שטודיעס? אַפֿילו אין די ייִנגערע כּיתות, איז די גאַנצע לימודי־חול [סעקולערע שטודיעס] בלויז דער מינימום לויט די חוקי המדינה, און ב״ה עס פֿעלט זיי גאָרנישט.‟

דער מחבר פֿונעם אַרטיקל אין „דער איד‟ שרײַבט ווײַטער: „דער רעפּאָרטער האָט אַנטדעקט, אַז 50 בחורים לערנען אין אַ צימער, פֿון 7:30 צופֿרי ביז שפּעט אין אָוונט. עס קען זיך דאַכטן כּאילו מע האָט דאָ געכאַפּט בחורים בײַם פֿעלשן דאָלאַרן.‟

אַ סאַטמערער טאַטע פֿון זעקס קינדער אין סטאַמפֿאָרד היל, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער האָט גאָרנישט געהערט וועגן דעם באַריכט, און ס׳איז אים אַ חידוש, וואָס די רעגירונג „טשעפּעט זיך‟ צו די ישיבֿות. „מיר מאַכן נישט קיין צרות; נישטאָ קיין פּראָבלעם מיט ׳דראָגס׳ [נאַרקאָטיק]. אין דער אַלגעמיינער וועלט ווערן מענטשן באַגנבֿעט אַ סך מער ווי בײַ אונדז,‟ האָט ער געזאָגט.

„אַנטקעגן די איסלאַמיסטן, זענען מיר זייער געטרײַ דער רעגירונג,‟ האָט דער סאַטמערער צוגעגעבן. „יעדן שבת זאָגן מיר אַ תּפֿילה פֿאַר דער קיניגין, אַז השם יתברך זאָל איר געבן גליקלעכע יאָרן און אַריכת־ימים.‟

אויף דער טענה, אַז דאָס נישט לערנען סעקולערע שטודיעס קאָן שאַטן די בחורים צו קריגן פּרנסה, האָט דער סאַטמערער געענטפֿערט, אַז דאָס איז אַ קלייניקייט. „פּרנסה איז פֿון השם,‟ האָט ער געזאָגט.

עטלעכע געוועזענע תּלמידים פֿון די לאָנדאָנער חרדים און ישיבֿות האָבן אָבער אויסגעדריקט אַ גאָר אַנדערן קוקווינקל. „איך באַדויער יעדן טאָג וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין דער ישיבֿה,‟ האָט באַמערקט אַ 27־יאָריקער אַרבעטלאָזער בחור. „כ׳בין דאָרט געבליבן אַלע יאָרן, ווײַל איך האָב געהאַלטן, אַז דאָס איז דער איינציקער וועג צו זײַן אַ ייִד, און צו קריגן אַ גוטן שידוך. ווי אַ ייִנגל, האָב איך זיך געלערנט בדחנות, ווײַל כ׳בין געווען זיכער, אַז אַזוי וועל איך תּמיד האָבן פּרנסה. הײַנט זע איך, ווי שווער עס איז צו געפֿינען אַרבעט.‟

אַ בחור אין די צוואַנציקער, וועלכער האָט זיך געלערנט אין דער סקווערער ישיבֿה, און איז הײַנט מער נישט קיין טייל פֿון דער חסידישער וועלט, האָט געזאָגט, אַז די סעקולערע לימודים זענען געווען אַזוי שוואַך, אַז ער האָט ווי אַ קינד קוים געקענט רעדן ענגליש. „מיר האָבן בלויז געלערנט די ABC’S און כּפֿל־טאַבעלע (multiplication table, בלע״ז) צוויי יאָר לאַנג, ווען מיר זענען געווען צווישן 7 און 9 יאָר,‟ האָט ער געזאָגט. ערשט בײַ 18 יאָר האָט ער זיך, סוף־כּל־סוף, איסגעלערנט ענגליש, נאָכן פֿאַרשרײַבן זיך אין אַן ענגליש־קלאַס פֿאַר דערוואַקסענע אין אַן אָרטיקן קאָלעדזש.

„די מלמדים זענען אויך געווען זייער שוואַך,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי האָבן נישט געהאַט קיין פֿאָרמעלע טרענירונג ווי לערער. סתּם, אויב איינער האָט געדאַרפֿט אַרבעט, האָט מען אים געמאַכט פֿאַר אַ לערער. אַפֿילו די רביס פֿון לימודי־קודש האָבן אָפֿט מאָל נישט געטויגט. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט, צי ער איז געווען אַ גוטער לערער, צי נישט, ווײַל דער עיקר פֿון דער ישיבֿה איז נישט צו לערנען די בחורים גמרא אָדער חומש, אָבער זיי ענג אײַנצוגלידערן אינעם חסידישן לעבן־שטייגער, און זיי איבערצײַגן ווי גוט און ערלעך זענען די ׳היימישע׳ ייִדן, און אַז אויב דו וועסט ווערן פֿרײַ וועלן די גויים דיך הרגענען.‟

די מלמדים האָבן אָפֿט געשלאָגן די ייִנגלעך, האָט דער געוועזענער תּלמיד פֿון דער סקווערער ישיבֿה געזאָגט. „אויב דו האָסט גערעדט אין קלאַס, אָדער געשריבן אַ בריוול דײַן שכן, איז ער צוגעקומען מיט אַ שטעקן און געזאָגט: ׳נו, אַן אויסגעשטרעקטע האַנט!׳ און האָט דיך געשלאָגן מיטן שטעקן.‟

אַ 36־יאָריקער ייִד, וועלכער האָט זיך ווי אַ קינד געלערנט אינעם „חדר תּשב״ר‟ אין סטאַמפֿאָרד היל, האָט געזאָגט, אַז די פּײַניקונג פֿון די מלמדים איז נישט בלויז געווען אַ פֿיזישע, נאָר אויך אַן עמאָציאָנעלע.

„אין חדר האָט דער רבי אונדז נישט געלאָזט גיין אין בית־הכּסא, פֿלעג איך זיך אײַנהאַלטן,‟ האָט ער דערציילט. „כ׳האָב שטאַרק געדאַרפֿט ׳קטנען׳ [משתּין זײַן]. כ׳האָב זיך געשאָקלט מוראדיק שטאַרק אויפֿן בענקל און געמאַכט אַ גערודער. דער רבי האָט עס געזען און געלאַכט. סוף־כּל־סוף, האָט ער געוווּנקען צו מיר, אַז איך קען גיין…‟

די געוועזענע תּלמידים פֿון די לאָנדאָנער ישיבֿות וועמען דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אינטערוויויִרט האָבן אַלע גוט געדענקט דעם יערלעכן וויזיט פֿונעם אינספּעקטאָר. „אַ טאָג פֿאַרן וויזיט, האָט די ישיבֿה אָנגעשטעלט אַ לערער, אַ מאָדערנער ייִד, וואָס האָט געקענט אַ ביסל ענגליש,‟ האָט דער געוועזענער תּלמיד פֿון דער סקווערער ישיבֿה דערציילט. „מע האָט אים געזאָגט, וועלכע ייִנגלעך אין קלאַס קענען ענגליש, האָט ער אײַנגעחזרט מיט זיי, אַלע שאלות וואָס ער וועט זיי פֿרעגן, ווען דער אינספּעקטאָר וועט זײַן אין קלאַס, און ווי זיי זאָלן ענטפֿערן.

„די רבישע בילדער, וואָס זענען געהאָנגען איבער די ווענט האָבן מיר איבערגעדעקט מיט גרויסע ענגלישע טאַבעלעס פֿון מאַטעמאַטיק און וויסנשאַפֿט. און דעם צווייטן טאָג, נאָך דעם ווי דער אינספּעקטאָר איז אַוועק, האָבן מיר געהאַט גרויס הנאה בײַם צערײַסן די גויִישע טאַבעלן און אַרײַנוואַרפֿן זיי אין מיסטקאַסטן.‟

אין אַנדערע לערן־אַנשטאַלטן, האָט מען פּשוט עוואַקויִרט די קלאַסן, ווען מע האָט זיך דערוווּסט, אַז דער אינספּעקטאָר איז שוין אויפֿן וועג צו זיי. „אין יענעם טאָג איז יעדער געגאַנגען זיך לערנען בײַם מלמד אין דער היים,‟ האָט געזאָגט דער געוועזענער תּלמיד פֿונעם חדר תּשב״ר. „אויב איך מאַך נישט קיין טעות, איז דאָס וואָרט inspector טאַקע געווען דאָס ערשטע ענגלישע וואָרט, וואָס כ׳האָב זיך אויסגעלערנט.‟