מישען־הילס איז די פֿאַרמעגלעכסטע פֿאָרשטאָט פֿון קענזאַס־סיטי, וווּ עס וווינען רײַכע פּראָטעסטאַנטן. דער בוי־אונטערנעמער דזש. ס. ניקאָלס, וועלכער האָט געשאַפֿן דעם פּלאַן פֿון דער געגנט אינעם יאָר 1914, האָט געהאָפֿט, אַז די נײַע הײַזער וועלן צוציִען די שטאָטישע עשירים.
הײַנט, מיט 100 יאָר שפּעטער, האָבן די דורכשניטלעכע תּושבֿים פֿון מישען־הילס די העכסטע הכנסה פֿון אַלע אַמעריקאַנער שטעט. לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם יאָר 2010, זענען 98.6 אָרטיקע אײַנוווינער ווײַסע מענטשן. הגם מישען־הילס האָט קיינמאָל נישט פֿאַרווערט די ייִדן צו וווינען דאָרטן, אַזוי ווי אַ צאָל אַנדערע רײַכע ווײַס־פּראָטעסטאַנטישע פֿאָרשטעט, האָט מען זיי דאָרטן, בײַם אָנהייב, באַטראַכט ווי פֿרעמדע. די ערשטע ייִדן, וועלכע האָבן זיך דאָרטן מיט הצלחה באַזעצט, זענען געווען אויך די ערשטע בפֿירוש אַסימילירטע ייִדישע מיטגלידער פֿונעם „קאַנטרי־קלוב‟ אין קענזאַס־סיטי. הײַנט שטעלן מיט זיך פֿאָר די אָרטיקע ייִדן אַ קליינע פֿאַרמאַכטע גרופּע מיטגלידער פֿון אַ רעפֿאָרם־טעמפּל.
אין מײַן קינדהייט אין מישען־הילס, האָב איך נישט געקענט ס׳רובֿ קינדער פֿון די שכנים, ווײַל זיי האָבן זיך געלערנט אין פּריוואַטע שולן. איך און מײַן שוועסטער פֿיבי זענען געגאַנגען אין אַ געוויינטלעכער מלוכישער שול. די רײַכע שכנים האָבן מיך אַלעמאָל באַגריסט מיט דרך־ארץ דעם 4טן יולי; איך גלייב נישט אָבער, אַז זיי האָבן געוווּסט מײַן נאָמען.
מײַן משפּחה איז אויך געווען אַ ליבעראַלע — אַ זעלטנקייט אין אַזאַ קאָנסערוואַטיווער שטאָט. בעת די לעצטע צוויי וואַלן־קאַמפּאַניעס, האָט מײַן מאַמע אַרויסגעשטעלט בײַ אונדזער הויז פּראָ־דעמאָקראַטישע פּלאַקאַטן, שטיצנדיק אָבאַמאַ. מע האָט זיי כּסדר צוגעגנבֿעט, און זי האָט עטלעכע מאָל געמוזט ברענגען נײַע צייכנס. עמעצער האָט אויך אָפּגעריסן דאָס בילד פֿון אָמאַבאַ פֿון איר אויטאָ. אין אונדזער שטאָט, איז זי באַקאַנט ווי „די דעמאָקראַטקע‟ — אַן אומגעוויינטלעכע יוצא־דופֿנדיקע באַשעפֿעניש.
איינמאָל, איז אַ געוועזענער ראַבינער אויפֿגעטראָטן אינעם טעמפּל מיט אַ שאַרפֿער רעדע קעגן געמישטע חתונות. נאָך דער דרשה, האָט זי אָנגעהויבן זיך אַמפּערן מיט אים. אויפֿן וועג אַהיים, האָט זי אונדז געזאָגט: מײַנע טעכטער, איר מעגט זיך טרעפֿן מיט וועמען איר ווילט — כּל־זמן ער איז נישט קיין רעפּובליקאַנער!
אונדזערע ייִדישע שכנים זענען געווען אַ סך פֿאַרמעגלעכער פֿון אונדז. אונדזער ביאָגראַפֿיע איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע, אין פֿאַרגלײַך מיט די טיפּישע אייניקלעך פֿון רוסישע אימיגראַנטן אָדער פּוילישער ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. מײַן מאַמע איז אויפֿגעוואַקסן ווי אַ קאַטוילישע, אָבער פֿאָרט אַ ייִדישע, פֿרוי; זי האָט מיך אַליין געטויפֿט אין דער היים, כּדי איך זאָל אויך ווערן אַ קריסטין, ווען איך בין געווען אַ קליין קינד. ווען זי האָט באַגעגנט מײַן טאַטן, אַ זון פֿון אַ פּוילישן ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט זי נישט געהאַט קיין ייִדישע חבֿרים צווישן די שכנים.
אַזוי ווי מײַן שוועסטער, האָב איך געפּראַוועט מײַן בת־מיצוות אינעם דערמאָנטן „נײַעם רעפֿאָרם־טעמפּל‟. דאָס איז די איינציקע שיל אין גאַנץ קענזאַס־סיטי. יעדן זונטיק נאָכמיטאָג האָב איך פֿאַרבראַכט, ווי אַ קינד, אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער.
הײַנט ווערן די ייִדן נישט באַטראַכט אין מישען־הילס ווי אַ פֿרעמדער עלעמענט. מײַן משפּחה בלײַבט אָבער נאָך אַלץ אַ יוצא־דופֿן, ווײַל די מאַמע קויפֿט נישט קיין סחורה אין די רײַכע קראָמען און מײַן טאַטע שפּילט נישט אין גאָלף אינעם אָרטיקן קלוב. מײַן בת־מיצווה, נאָך דער אָפֿיציעלער שיל־צערעמאָניע, האָבן מיר געפּראַוועט בײַ אונדז אין דער היים.
איצט בין אַ סטודענקע פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, און איך וווין אין ניו־יאָרק, בלײַבנדיק איינע פֿון די זעלטענע בריות — ייִדישע תּושבֿים פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער שטאָט פֿול מיט ווײַסע קריסטלעכע עשירים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.