„אַלץ װאָס מען האָט געקענט טאָן, האָט די רעגירונג באַװיזן צו טאָן זינט 2003‟ — אַזוי האָט דערקלערט דער סענאַטאָר אַניבאַל פֿערנאַנדעז, געװעזענער אינערן־מיניסטער און איצטיקער װאָרטזאָגער פֿון דער רעגירונג אין פּאַרלאַמענט. קיינער האָט אים אָבער נישט געגלייבט. אויף דער אָפֿיציעלער הזכּרה בײַ די טירן פֿון דער קהילה, װוּ עס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַן עולם פֿון בערך 5,000 מענטשן, האָבן אַלע רעדעס געצילט צו באַװײַזן, אַז די רעגירונג טוט גאָר נישט, און אַז דער אויסערן־מיניסטער טימערמאַן האָט צעשטערט די מעגלעכקייט עפּעס מער אויסצופֿאָרשן נאָך זײַן אָפּמאַך מיט איראַן.
דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה האָט אים אַומברחמנותדיק קריטיקירט און ער האָט געפֿאָדערט זיך נעמען אויסצופֿאָרשן די לאָקאַלע שותּפֿים פֿונעם אַטענטאַט. דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פּאַאָלאַ, 21 יאָר אַלט, װאָס איז אומגעבראַכט געװאָרן מיט 20 יאָר צוריק, האָט געפֿאָדערט בײַם פּאַרלאַמענט מען זאָל צוגרייטן די נייטיקע געזעצן דער פּראָקוראָר זאָל קענען טאָן זײַן אַרבעט. דער זשורנאַליסט אַלפֿרעדאָ לעוקאָ האָט מיט שאַרפֿע װערטער פֿאַרדאַמט דעם פֿאַנאַטישן אַנטיסעמיטיזם פֿון אַ טייל שטיצער פֿון דער אַרגענטינער אויסערן פּאָליטיק און מען האָט אויך קריטיקירט דעם געװעזענעם אויסערן מיניסטער קאַרלאָס קורח, װאָס איז נאָכן אַטענטאַט געװען דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער אים אויפֿצוקלערן. דער פּויפּסט פֿראַנסיס האָט צוגעשיקט אַ פֿילמירטע דעקלאַראַציע װאָס איז געװיזן געװאָרן אין װעלכער ער האָט געזאָגט אַז דער טעראָריזם קען בלויז צעשטערן און קען גאָר נישט אויפֿטאָן.
אויפֿן אַקט פֿון די אָפּגעשפּאָלטענע משפּחות פֿון דער אָפֿיציעלער קהילה־אָנפֿירערשאַפֿט האָט מען קריטיקירט די פֿירער פֿונעם ייִשובֿ און דעם פּראָקוראָר, װײַל זיי װילן אַלץ פֿאַרדעקן און זײַנען פּונקט אַזוי שולדיק, װי די טעראָריסטן. דער זשורנאַליסט קאָלמאַן האָט פֿאַרגלײַכט די געליטענע משפּחות צו די משפּחות פֿון די עראָפּלאַן־אַקצידענטן פֿון דער מאַלײַזישער לופֿט־געזעלשאַפֿט, װאָס איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין ים און אומגעקומען אין אוקראַיִנע. דער אַקט איז פֿאָרגעקומען לעבן הויך־געריכט און האָט צונויפֿגענומען אַ פּאָר הונדערט מענטשן; בײַם פּרעזידענטן־הויז האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ פּאָר צענדליק מענטשן, װאָס שטיצן די פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג. זייער פֿאָרשלאַג איז געװען, אַז די געגנט, װוּ עס געפֿינט זיך דער בנין פֿון דער קהילה, זאָל בײַטן דעם נאָמען, און אַנשטאָט „אָנסע‟(עלף), װאָס רעפֿערירט אַ היסטאָרישע דאַטע פֿון דער אַרגענטינער געשיכטע (11טער סעפּטעמבער), זאָל די געגנט באַקומען דעם נאָמען „אַכצן‟ צו דערמאָנען די דאַטע פֿון 18טן יולי 1994. פֿאַר נאַכט איז פֿאָרגעקומען אַ פֿערטער צוזאַמענקום, װוּ אַ פּאָר צענדליק אַרגענטינער בירגער האָבן געשאַפֿן נאָך אַ גרופּע „אויסצופֿאָרשן דעם אַטענטאַט‟ און געפֿאָדערט מען זאָל באַלד עפֿענען די פֿאַרבאָרגענע אַרכיװן און באַשטימען אַן אויספֿאָרש־קאָמיסיע.
אויף די פֿיר אַקטן האָבן זיך באַטייליקט אייניקע דעפּוטאַטן און סענאַטאָרן פֿון דער אָפּאָזיציע. קיינער פֿון זיי האָט נישט באַקומען קיין װאָרט, װײַל מען האָט נישט געװאָלט פֿאַרװאַנדלען די אַקטן אין אַ פּאָליטישער מאַניפֿעסאַציע; אָבער קיין שום אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג האָט זיך נישט באַטייליקט, כאָטש װי אַ צושויער, װאָס װיל אָפּגעבן כּבֿוד די קרבנות. דער אַרציבישאָף פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס איז געקומען אויפֿן אָפֿיציעלן אַקט און געשטאַנען צװישן די אָנװעזנדיקע, און װען דער אָנפֿירער האָט דערמאָנט זײַן נאָמען, האָט דער עולם אים װאַרעם און לאַנג אַפּלאָדירט.
אויב דער אַטענטאַט האָט פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן, איז די לאַגע אין ישׂראל געװאָרן דער צענטער פֿון די זאָרגן בײַם אַרגענטינער ייִשובֿ און אינסטיטוציעס פֿונעם גאַנצן לאַנד, וואָס האָבן געװידמעט אַ סך אונטערנעמונגען אויפֿצוקלערן די געשעענישן; די אַמבאַסאַדאָרין אַליין און פֿאָרשטייער פֿון דער אַמבאַסאַדע, פֿון דער ייִדישער אַגענץ, פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟ האָבן באַזוכט ייִדישע און ניט־ייִדישע אינסטיטוציעס פֿאַר אָט דעם צװעק. מיטװאָך, דעם 23סטן יולי, האָבן אַ 120 אינסטיטוציעס פֿון דער שטאָט און 25 פֿיליאַלן פֿון דער „דאַיאַ‟ אויף דער פּראָװינץ אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך צו שטיצן ישׂראל אונטער דעם לאָזונג „ניין צום טעראָריזם!‟, און דאָס רעכט פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג צו לעבן זיכער אינעם אייגענעם לאַנד.
ס‘איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די פֿון פֿאָרויס פּלאַנירטע אונטערנעמונגען זײַנען נאָרמאַל דורכגעפֿירט געוואָרן.
דער אַמעריקאַנער גאַסט אַלאַן אַסטראָ האָט מיטװאָך, דעם 16טן יולי, רעפֿערירט אויף אַ סעסיע פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע אוניװערסיטאַרע פֿאָרשונגען װעגן זײַנע אַרבעטן „ייִדיש אין אַרגענטינע אין פֿאַרגלײַך מיט קאַנאַדע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן‟ און „ראָזשאַנסקיס בעלעטריסטיק, פּרעלימינאַרע באַמערקונגען‟. דער עולם האָט זיך באַטייליקט — געלויבט און קריטיקירט זײַנע טעזעסן.
אויף דער װאַנט פֿונעם בנין, װוּ עס געפֿינט זיך די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס, האָבן זיך באַװיזן אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿשריפֿטן. לעבן אַ מגן־דוד איז געװען אַ האַקנקרײַץ, אָנגעװיזן, אַז זיי זײַנען גלײַך און מען האָט געלייענט „גזלנישער שטאַט‟.
אין בוענאָס־אײַרעס האָט מען דעם 17טן יולי דערעפֿנט די סעסיעס פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער פּאַרלאַמענטאַרן פֿאָרום, װאָס דער ייִדישער װעלט־קאָנגרעס האָט פֿאַררופֿן צום 7טן מאָל. מיט פֿאָרשטייער פֿון אַרגענטינע, אורוגװײַ, פּאַראַגװײַ, בראַזיל, באָליװיע און טשילע האָבן די פּאַרלאַמענטאַרער באַהאַנדלט טעמעס פֿון געמיינזאַמען אינטערעס פֿאַרן ראַיאָן, װי טעראָריזם, אַנטיסעמיטיזם, מענטשן־רעכט, און לימוד װעגן חורבן. אַ טייל פֿון די 40 דעלעגאַטן האָט זיך אויך באַטייליקט אויפֿן אָפֿיציעלן אַקט, װאָס די קהילה האָט אָרגאַניזירט צו דערמאָנען די 20 יאָר נאָכן אַטענטאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.