רוסיש זידלוואָרט פֿאַר אַמעריקאַנער

Russian Slur for Americans on the Rise


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 25, 2014, issue of August 15, 2014.

אין משך פֿון די אַריבער דרײַסיק יאָר, וואָס איך וווין מחוץ רוסלאַנד, האָט זיך היפּש געביטן די לעקסיק פֿון דער רוסישער שפּראַך. אַפֿילו דער וועלכער איז אויסגעוואַקסן, רעדנדיק די שפּראַך, אָבער אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער הײַנטיקער רוסישער סבֿיבֿה, וועט זיך אָנשטויסן אויף אַ היפּש ביסל נײַע, אומקלאָרע באַגריפֿן. דאָס וואָרט „פּינדאָס‟ איז איינס פֿון זיי.

מע טענהט, אַז אַזאַ וואָרט האָט זיך שוין לאַנג באַזעצט אין דער רוסישער שפּראַך, און אַז אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען עס גענוצט ווי אַ זידלוואָרט, בפֿרט אין דער אַרמיי. איך האָב ניט געהאַט דעם מזל צו דינען אין דער סאָוועטישער אַרמיי און געדענק ניט, עס זאָל מיר אויסקומען צו הערן עס אין מײַן ציווילן לעבן. היסטאָריש שטאַמט דאָס וואָרט „פּינדאָס‟ פֿון דעם נאָמען פֿאַר דער באַרגיקער געגנט אין צפֿון-גריכנלאַנד און דרום-אַלבאַניע. ווי אַזוי קומט עס אַרײַן אין רוסיש? זייער פּשוט — דורך אָדעס, וווּ עס האָבן געוווינט אַ סך גריכן, דווקא פֿון יענע מקומות. האָט מען זיי אַזוי, גאָר ניט בכּבֿודיק, גערופֿן. ווי עס מאַכט זיך ניט זעלטן אין אַלע שפּראַכן, האָט דאָס וואָרט בהדרגה באַקומען אַ ברייטערן סעמאַנטישן פֿאַרנעם; מע האָט עס גענומען נוצן פֿאַר אַנדערע „פֿרעמדע לײַט‟ אויך.

איך שעפּ די אינפֿאָרמאַציע פֿון דער ליטעראַטור, ווײַל אין אָדעס האָב איך ניט געוווינט און, ווי געזאָגט, האָב איך עס אין קיין לעבעדיקן באַנוץ ניט געהערט. אין אָדעס (און, דאַכט זיך, אין מאָלדאָווע), אַ שטייגער, איז פֿאַרשפּרייט געווען אויך דאָס וואָרט „מאַלאַניעץ‟ (פֿון דעם רוסישן „מאַלאַיאַ נאַציִיאַ‟, וואָס מיינט „קליינע נאַציע‟) — אַזוי האָט מען גערופֿן ייִדן. אָבער אין מײַן היימשטאָט, אויך אין אוקראַיִנע, האָב איך עס דערהערט, ווען איך בין שוין געווען פֿופֿצן יאָר אַלט און אַפֿילו ניט גלײַך פֿאַרשטאַנען, וואָס דער ייִדישער בחור פֿון מײַן עלטער האָט בײַ מיר געפֿרעגט: „דו ביסט אויך אַ מאַלאַניעץ?‟. זײַן משפּחה האָט געוווינט בײַם אַלטן מאַרק, די דאָרטיקע מאַרק-ייִדן זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט די אָדעסער, און מײַן געגנט איז געווען באַפֿעלקערט דורך „אינטעליגענטן‟, וועלכע האָבן פֿון אויבן אַראָפּ געקוקט אויף די געשעפֿט-מאַכער און געהאַלטן זיי פֿאַר גנבֿים.

אָבער לאָמיך זיך אומקערן צו „פּינדאָס‟, וואָס קלינגט אויף רוסיש גראָב, טאָמער מע פֿאַרשטייט אַפֿילו ניט, וואָס עס מיינט. עס לאָזט זיך אויס, אַז שוין אין דעם איצטיקן יאָרהונדערט האָט עס באַקומען אַ באַנײַטן און זייער ברייט פֿאַרשפּרייטן באַטײַט, דהײַנו: אַ חוזק-וואָרט פֿאַר די אַמעריקאַנער. פֿאַקטיש, האָט זיך דער פֿרישער באַטײַט באַוויזן, אַ פּנים, אין יאָר 1999, ווען דער רוסישער מיליטערישער קאָנטינגענט האָט אַ שפּיל געטאָן אַ ראָלע אין דער מלחמה אַרום קאָסאָוואָ, אין סערביע. מע זאָגט, אַז דעמאָלט האָבן די רוסישע סאָלדאַטן אַזוי גערופֿן צווישן זיך די אַמעריקאַנער זעלנער.

פֿון יענער צײַט אָן איז דאָס דאָזיקע חוזק-וואָרט פֿעסט אַרײַן אין דער רוסישער שפּראַך; בפֿרט נאָך, אַז אַמעריקע און די „פּינדאָסן‟ זײַנען געוואָרן אַלץ מער אויפֿגענומען ווי דער צד-שכּנגד. דער „לעוואַנדאַ-צענטער‟, וואָס פֿירט דורך סאָציאָלאָגישע אויספֿרעגן אין רוסלאַנד, ווײַזט די כראָנאָלאָגיע פֿון דעם שינוי: אין אַפּריל 1990, האָבן 75 פּראָצענט רוסן גוט צי זייער גוט זיך באַצויגן צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין נאָוועמבער 1991, האָט זיך אַזאַ ליבשאַפֿט פֿאַרשפּרייט אַזש צווישן 80 פּראָצענט רוסן. שפּעטער איז די פּאָפּולערקייט פֿון אַמעריקע געפֿאַלן, אָבער נאָך אין יאַנואַר 2014 האָט זיך צו אַמעריקע פּאָזיטיוו באַצויגן 43 פּראָצענט.

דערנאָך, ווי מיר געדענקען, איז געקומען די מעשׂה מיט קרים. שוין אָנהייב מאַרץ האָבן די ליבשאַפֿט צו אַמעריקע אויסגעדריקט נאָר 34 פּראָצענט רוסן; סוף מאַרץ — 26 פּראָצענט; אין מײַ — 18 פּראָצענט, און הײַנט איז עס, בלי-ספֿק, נאָך נידעריקער. בעת-מעשׂה, איז דער חלק רוסן, וואָס באַציט זיך שלעכט צי זייער שלעכט אויסגעוואַקסן (אין מײַ) ביז 71 פּראָצענט. בכלל, האָבן הײַנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַ די רוסן דעם שם פֿונעם גרעסטן שׂונא, אַ סך אַ גרעסערן איידער אוקראַיִנע. מע דערקלערט עס אַזוי: פּסיכאָלאָגיש איז פֿאַר אַ סך רוסן דערווײַל שווער צו האַלטן אוקראַיִנע פֿאַר אַ ביטערן שׂונא, דערפֿאַר אָבער איז גרינגער צו באַשולדיקן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אַ במקום-שׂונא, אין די מאַניפּולאַציעס מיט אוקראַיִנע.

די „פּינדאָסן‟ זײַנען ניט צו פֿאַרגלײַכן מיט די אייראָפּעער. אַזוי האַלט מען, לכל-הפּחות, אין רוסלאַנד, און די מעדיאַ שטיצט אַזאַ אופֿן פֿון אויפֿנעמען די רעאַלקייט. עס באַקומט זיך, אַז אַמעריקע דרייט אויס די הענט דער אייראָפּע, זי זאָל, נעבעך, אויך אײַנפֿירן שטאַרקערע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד. אין דער אמתן, איז עס אַ באָבע-מעשׂה. אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט אין יוני, ווײַזט, אַז 69 פּראָצענט פֿראַנצויזן און 67 פּראָצענט דײַטשן באַציִען זיך נעגאַטיוו צו רוסלאַנד, בעת צווישן די „פּינדאָסן‟ איז אַזאַ מיינונג פֿאַרשפּרייט צווישן 64 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע. אַן אַנדער זאַך, אַז דער פֿאַראייניקונג פֿון 28 לענדער קומט נישט אויס אַזוי גיך אָנצונעמען אַ באַשלוס, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן.