די גאַנצע סעריע „רעדנדיקע ביכער‟, איבער 300 רעקאָרדירטע ייִדישע קלאַנג־ביכער, וואָס די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟ האָט געשאַפֿן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, איז איצט צום הערן אומזיסט אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. די קלאַנג־ביכער, וואָס זענען בסך־הכּל איבער 2,000 שעה, נעמען אַרײַן די סאַמע גרעסטע אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך אַ סך ווייניק באַוווּסטע שרײַבער, וואָס זענען שאַפֿעריש געווען אין די 1970ער און 1980ער יאָרן.
די מעשׂיות, לידער און ראָמאַנען האָבן פֿאָרגעלייענט ייִדיש־רעדנדיקע וואָלונטירן, וואָס זענען געווען אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟. צווישן די פֿאָרלייענער געפֿינט מען געוועזענע אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ווי דאָרע וואַסערמאַן, און אויך ייִדישע פּען־מענשטן, ווי די ייִדישע שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב.
דאָס געלט צו דיגיטאַליזירן די טאַשמעס האָט מנדבֿ געווען דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ די משפּחה ראָהר, אין אָנדענק פֿון שמואל ראָהר, נאָך וועמען מע האָט די קאָלעקציע אַ נאָמען געגעבן. דאָס וועבזײַטל קען מען זוכן סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש, און די רעקאָרדירונגען קען מען סײַ אַראָפּלאָדן אויפֿן קאָמפּויטער און סײַ שפּילן גלײַך אויפֿן וועבזײַטל. די טיטלען פֿון די דיגיטאַלע רעקאָרדירונגען באַווײַזן זיך אויף ייִדיש אויפֿן קאָמפּיוטער אָדער „אײַפּאָד‟.
כּדי זיך צו הערן צו די רעקאָרדירונגען באַזוכט //www.yiddishbookcenter.org/sami-rohr-library
ס׳איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק אַ נײַער נומער פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, דער אָרגאַן פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟. דער נומער, וואָס פֿאַרמאָגט 58 זײַטן, אַנטהאַלט אַרטיקלען אויף פֿאַרשידענע טעמעס אַזוי ווי די ייִדן אין קאָטשין, אינדיע, בויכרעדערײַ בײַ ייִדן, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל, הײַנטיקע ייִדישע פֿילמען, געמאַכט דורך חסידים און דער ראָק־מוזיקער לו ריד. דער נומער פֿאַרמאָגט אויך נײַע ייִדישע לידער און איבערזעצונגען פֿון דער העברעיִשער און כינעזישער ליטעראַטור, אַרטיקלען לזכר די פּאָעטן ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און יאָני פֿײַן. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם נײַעם נומער „אויפֿן שוועל‟ — www.leagueforyiddish.org
דער שלאַגער פֿון דעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר טעאַטער‟, אַ נוסח פֿון סאַמיועל בעקעטס באַקאַנטער פּיעסע „וואַרטן אויף גאָדאָ‟, וועט ווידער געשפּילט ווערן פֿונעם 4טן ביזן 21סטן סעפּטעמבער בײַם Barrow Street Theatre אין מאַנהעטן. די פּיעסע, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון שיין בייקער, וואָס מע האָט לכתּחילה פֿאָרגעשטעלט פֿאַראַיאָרן אין סעפּטעמבער און אָקטאָבער, וועט מען אין גיכן שפּילן אין צפֿון־אירלאַנד אויפֿן בכּבֿודיקן אינטערנאַציאָנאַלן בעקעט־פֿעסטיוואַל אין עניסקילען. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ניו־יאָריקער פֿאָרשטעלונג: פֿאַרבינדט זיך מיטן „באַראָ־סטריט טעאַטער‟ — 6232־243־212 אָדער מיטן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר טעאַטער‟ — newyiddishrep.org
יצחק לודען, דער געוועזענער „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟ האָט אונדז מיטגעטיילט, אַז די הײַיאָריקער „מענדעלע פּרעמיע‟, וואָס ווערט צוגעטיילט מצד דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט, וועט מען אין דעצעמבער צוטיילן בני מערן. מער איז דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון „דווקא‟, אַ זשורנאַל אויף העברעיִש, געווידמעט דער ייִדישער קולטור, ווי אויך דער רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־בײַלאַגע „ספֿרים‟ פֿון דער צײַטונג „הארץ‟.
צווישן זײַנע ליטעראַרישע טעטיקייטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור האָט מער געדרוקט אַרטיקלען אויף ייִדיש אין „אויפֿן שוועל‟ און „לעבנס־פֿראַגן‟, ווי אויך איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש דאָס ווילנער טאָגבוך פֿונעם ביבליאָטעקאַר הערמאַן קרוק און שלום־עליכמס „די שטאָט פֿון די קליינע מענטשלעך‟. מער האָט אויך רעדאַקטירט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון 25 ייִדישע לידער פֿאַר קינדער אין דער העברעיִשער איבערזעצונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.