געוויינטלעך, ווערן די אינסעקטן אַסאָציִיִרט אין ייִדישקייט מיט נעגאַטיווע ענינים. אין דער פֿרומער וועלט פֿאַרשפּרייטן זיך כּסדר וואָרענונגען וועגן דער מעגלעכקייט צו געפֿינען אינסעקטן אין געוויסע פּראָדוקטן, ווי אויך פֿאַרשיידענע עצות און רעצעפּטן, ווי אַזוי מע קאָן בודק זײַן די פֿרוקטן און גרינסן, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז דאָרטן באַהאַלטן זיך נישט אויס קיין קליינע טרייפֿענע באַשעפֿענישן.
מיט עטלעכע טעג צוריק, בין איך געשלאָפֿן בײַ אַ חבֿר. פּלוצעם, אינמיטן דער טיפֿער נאַכט, וועק איך זיך אויף פֿון אַ געפֿערלעכער קראַצעניש. צינד איך אָן דאָס ליכט און געפֿין אינעם בעט אומגעוווּנטשענע געסט — וואַנצן! די דאָזיקע עקלדיקע אינסעקטן, וואָס האָבן זיך לעצטנס ברייט פֿאַרשפּרייט אין ניו־יאָרק, קאָנען זיך באַגיין מער ווי אַ יאָר אָן קיין שפּײַז, אויסבאַהאַלטן אין זייער נעסט. ווען זיי דערשמעקן אַ פֿרישן מאכל — למשל, אַ נײַעם גאַסט — קריכן זיי אַרויס און הייבן אָן זיך צו פּאָסמאַקעווען מיט זײַן בלוט.
דאָס ענגלישע וואָרט „bug‟ — אַן אינסעקט — האָט לכתּחילה געמיינט אַ וואַנץ. ס׳זעט אויס, אַז די קליינע בלוטזויגער זענען געווען גאַנץ „פּאָפּולער‟ אינעם מיטל־עלטערלעכן ענגלאַנד. איינער אַ קאַנאַדער מיטן צונעמעניש mitchnast פֿאַרקויפֿט אויפֿן Ebay אַ חידושדיקע סחורה — וואַנצן־פֿאַרמען. זײַן המצאה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ הערמעטישן סלוי פֿול מיט די דאָזיקע אינסטעקטן. דער פֿאַרקויפֿער דערקלערט, ווי אַזוי מע קאָן אַרויסלאָזן די וואַנצן צו בײַסן אין געוויסע ערטער פֿונעם גוף און מאַכן אַ צײַטווײַליקע טאַטויִרונג. איינער אַ קונה האָט אים טאַקע באַדאַנקט פֿאַר דער גוטער סחורה; ס׳זעט אויס, אַז עס טרעפֿן זיך אין דער וועלט בעלנים אויף אַזעלכע מאַזאָכיסטישע עקספּערימענטן.
ס׳רובֿ מענטשן, אַרײַנגערעכנט די תּושבֿים פֿון די פֿרומע ניו־יאָרקער ראַיאָנען, זענען אָבער נישט צופֿרידן מיט אַזעלכע שכנים. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די טאַראַקאַנען — אַן אַנדער מין פֿאַרשפּרייטע אומגעוווּנטשענע ניו־יאָרקער געסט — קאָנען דווקא העלפֿן פּטור ווערן פֿון די וואַנצן. אין פֿאַרגלײַך מיט די קליינע בלוטזויגער, זענען די טאַראַקאַנען נישט איבערקלײַבעריש און האָבן ליב כּלערליי מאכלים, אַרײַנגערעכנט אַנדערע אינסעקטן. אין וויליאַמסבורג, אַ גרויסער צענטער פֿון די סאַטמאַרער חסידים, האָב איך אַמאָל געזען אַ שטוב פֿול מיט ריזיקע טאַראַקאַנען, וואָס קאָנען פֿליִען. דעם גרעסטן טאַראַקאַן האָב איך אָבער געטראָפֿן אויף אַ וויליאַמסבורגער גאַס; צוערשט האָב איך געמיינט, אַז ס׳איז געווען אַ מויז.
לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, קאָנען די טאַראַקאַנען איבערלעבן אַן אויפֿרײַס פֿון אַן אַטאָם־באָמבע. מיט אַ יאָר צוריק, האָט די באַקאַנטע טעלעוויזיע־פּראָגראַם MythBusters דורכגעפֿירט אַ פּראַקטישן עסקפּערימענט און געוויזן, אַז הגם דאָס איז זיכער אַ גרויסע גוזמא, קאָנען די דאָזיקע אינסעקטן אײַננעמען זייער הויכע דאָזעס פֿון ראַדיאַציע און בלײַבן לעבן. מע טרעפֿט לעבעדיקע טאַראַקאַנען אינמיטן נוקלעאַרע רעאַקטאָרס; ס׳זעט אויס, אַז אַפֿילו דאָרטן געפֿינען זיי וואָס צו עסן.
אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטע אומאָנגענעמע באַשעפֿעניש זענען די לײַז. אַמאָל, ווען איך האָב געוווינט במשך פֿון עטלעכע חדשים אין באַרדיטשעוו, דאָס באַרימטע אַמאָליקע ייִדישע שטעטל, איז אַהין אָנגעקומען אַ גאַנצער אויטאָבוס מיט חסידישע ישיבֿה־בחורים פֿון לאָנדאָן, וועלכע האָבן געוואָלט באַזוכן דעם קבֿר פֿונעם גרויסן צדיק רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער און אַנדערע היסטאָרישע ייִדישע ערטער. די יונגע טוריסטן האָבן באַשטעטיקט די ידיעה, אַז אין דער ענגלישער הויפּטשטאָט זענען פֿאַראַן גאַנצע ייִדישע געגנטן, וווּ דער עולם, אַרײַנגערעכנט קליינע קינדער, רעדט אַ גאַנצן טאָג אויף ייִדיש; דער באַזוך פֿון דער גאַנצער כאָפּטע חסידישע קינדער האָט דעמאָלט משפּיע געווען אויף מײַן באַשלוס צו פֿאָרן קיין לאָנדאָן, כּדי צו לערנען דאָרטן די תּורה אין אַזאַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה.
איין זאַך, וואָס האָט מיך אָבער אומאָנגענעם פֿאַרחידושט בעת דעם וויזיט פֿון די יונגע לאָנדאָנער חסידים, איז געווען די ריזיקע צאָל לײַז, וועלכע זיי האָבן מיטגעבראַכט קיין באַרשיטשעוו. איין טאָג, פֿאַר זייער שפּאַציר צום קבֿר פֿון רבי לוי־יצחק, זענען זיי אַלע געגאַנגען זיך טובֿלען אין דער מיקווה און איבערגעלאָזט דאָרטן עקלדיקע האַנטעכער מיט אומצאָליקע זיך־קריכנדיקע פּאַראַזיטן.
בקיצור, די פּאַראַזיטישע אינסעקטן ווערן, געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מיט די אומבאַקוועמקייטן פֿונעם גרויס־שטאָטישן לעבן, מיט די כּשרות־פּראָבלעמען און מיט דער נערוועזקייט וועגן זייערע קינדער, וועלכע קאָנען ברענגען אַהיים די אומגעוווּנטשענע קליינע געסט. אַ ליבעלע צי אַ פֿלאַטערל קאָן זײַן חנעוודיק, אָבער די פּאַראַזיטן — אַוודאי נישט!
אין דער אמתן, איז די מעשׂה נישט אַזוי פּשוט. די תּימנער און מאַראָקאַנער ייִדן פֿלעגן ביז לעצטנס מאַכן פֿאַרשיידענע געשמאַקע מאכלים, אַרײַנגערעכנט דאַפֿינאַ, אַ צפֿון־אַפֿריקאַנער וואַריאַנט פֿון טשאָלנט, טאַקע פֿון פּאַראַזיטישע איסעקטן — דהײַנה, היישעריקן. ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען געוויסע מינים פֿון זיי כּשר. הגם ווייניק ייִדן עסן זיי הײַנט, איז בײַ די תּימנער און צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן פֿאַראַן אַ מסורה, וואָסערע היישעריקן זענען כּשר. אין די 1950ער יאָרן איז עס נאָך געווען אַ געוויינטלעכן מאכל בײַ אַ סך ייִדן.
רבי חיים אבן עטר, דער מחבר פֿונעם באַרימטן תּורה־פּירוש „אור החיים‟, האָט אינעם 18טן יאָרהונדערט באַמערקט, אַז אַ סך מאַראָקאַנער ייִדן עסן היישעריקן, הגם ער אַליין האָט געאַסרט דאָס צו טאָן. אַ צאָל פּראָמינענטע טוניסער רבנים פֿונעם אינדזל דזשערבאַ האָבן באַמערקט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק, אַז זיי האָבן אַליין ליב געהאַט דעם דאָזיקן געשמאַקן מאכל. אויף דזשערבאַ וווינען נאָך אַלץ אַ נישקשהדיקע צאָל ייִדן, אַרום אַ טויזנט נפֿשות; די היישעריק־מאכלים בלײַבן הײַנט פּאָפּולער אין טוניס.
די ייִדישע נײַעס־וועבזײַט Thejewniverse.com האָט איבערגעגעבן אַ טשיקאַווע מעשׂה וועגן אַ ייִד, וואָס וווינט אין פּאַקיסטאַן און לייגט פֿאָר צו לייזן די דאָרטיקע פּראָבלעם פֿון הונגער מיט כּשרע היישעריקן.
פֿײַסאַל בענכאַלד איז געבוירן געוואָרן אין קאַראַטשי, בײַ אַ מוסולמענישן טאַטן און אַ ייִדישער מאַמע פֿון איראַקישן אָפּשטאַם. אַזוי ווי אַ סך אַנדער באַהאַלטענע ייִדן, איז ער אָפֿיציעל רעגיסטרירט ווי אַ מוסולמענער. לויט די פּאַקיסטאַנער געזעצן, טאָר מען נישט פֿאַרלאָזן איסלאַם און אויסקלײַבן אַן אַנדער רעליגיע; טעאָרעטיש, דראָט פֿאַר דעם אַ טויט־שטראָף. פֿײַסאַל האָפֿט אָבער צו בײַטן זײַנע דאָקומענטן און זיך אָפֿיציעלן פֿאַרשרײַבן ווי דער ערשטער בפֿירושער פּאַקיסטאַנער ייִד — פֿישל בענכאַלד; אַ חידוש, אַז אַ מיזרחדיקער ייִד האָט אויסגעקליבן אַזאַ אַשכּנזישן נאָמען.
די היישעריקן זענען באַקאַנט ווי געפֿערלעכע מזיקים, וואָס טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן הונגער אין אַ סך ראַיאָנען פֿון דער וועלט. מיט אַ יאָר צוריק, האָבן זיי געבראַכט אַ ריזיקן היזק אין מאַדאַגאַסקאַר. בענכאַלד, אַן אינזשעניר, גלייבט אָבער, אַז מע קאָן זיי אויסנוצן ווי אַ קוואַל פֿון ביליק פֿלייש. לויט זײַן חשבון, איז אַ סך עפֿעקטיווער צו פֿאַרוואַנדלען תּבֿואה אין אַ פֿליישיקן פּראָדוקט, אויב מע גיט עס צו עסן דווקא צו די דאָזיקע קליינע באַשעפֿענישן, אין פֿאַרגלײַך מיט בהמות צי עופֿות. דערצו, זענען געוויסע מינים היישעריקן סײַ כּשר, סײַ „כאַלאַל‟, לויט דער מוסולמענישער הלכה. בענכאַלד גיט אָבער צו, אַז ער איז נישט זיכער, צי אַזאַ המצאה קאָן אויסנעמען, ווײַל ס׳רובֿ פּאַקיסטאַנער באַטראַכטן זיי נישט ווי אַ נאָרמאַלער מענטשלעכער מאכל.
מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט הרבֿ נתן סליפֿקין, דער מחבר פֿון פּאָפּולערע ביכער וועגן ייִדישקייט, בעלי־חיים און עוואָלוציע, אויסגעדריקט דעם זעלבן געדאַנק און דערציילט, אַז ער האָט נישט איינמאָל געגעסן היישעריקן מיט גרויס הנאָה; זײַן ווײַב האָט אים אָבער פֿאַרווערט צו באַנוצן זיך פֿאַרן דאָזיקן צוועק מיט איר געשיר. דער רבֿ דערקלערט, אַז זי האָט פֿײַנט אַלע אינסעקטן, אַרײַנגערעכנט די כּשרע.
אין זײַן אַרטיקל, האָט סליפֿקין באַמערקט, אַז דער דאָזיקער מאכל האָט אַ פֿליישיקן טעם, אָבער בלײַבט פּאַרעווע על־פּי הלכה; דעריבער, קאָן מען אַרײַנלייגן אַ פּאָר היישעריקן אין אַ מילכיקן סענדוויטש און מאַכן אַזוי אַרום אַ כּשרן „טשיזבורגער‟. דער מחבר גיט צו, אַז אַ ריי אַשכּנזישע פּוסקים, אַרײַנגערעכנט חרדישע, זענען מתּיר אינעם דאָזיקן פֿאַל זיך צו פֿאַרלאָזן אויף דער צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדישער מסורה.
מיט אַ חודש צוריק, האָט די כינעזישע אָפֿיציעלע צײַטונג „נאַנפֿאַנג‟ דערציילט, אַז אַ געוויסע פֿאַרמער, מיטן נאָמען כיע באָזשען, פֿאַרנעמט זיך איצט מיט אַזאַ געשעפֿט מיט אַ גרויסער הצלחה. אויף זײַן פֿאַרם לעבן איבער 7 מיליאָן היישעריקן. אין פּרינציפּ, וואָלט מען געקאָנט שיקן אויף זײַן פֿאַרם אַ ליובאַוויטשער כּשרות־מומחה, אויפֿצושטעלן אַן עכטע פֿאַבריק, און צו באַזאָרגן די פֿרומע ניו־יאָרקער מיט דער סחורה.
למעשׂה, איז שווער צו גלייבן, אַז די הײַנטיקע ניו־יאָרקער חסידים וואָלטן מסכּים געווען מיט אַזאַ היתּר און זיך פֿאַרנומען מיט דער חידושדיקער אינסעקט־פֿאַרמערײַ. פֿונדעסטוועגן, געפֿעלט מיר אַזאַ פֿאַנטאַזיע בעסער, ווי די קליינע שטוב־פּאַראַזיטן, וואָס פֿאַרפֿלייצן די געדיכט־באַוווינטע קוואַרטאַלן פֿונעם שמוציקן גרויס־שטאָטישן ניו־יאָרק. היישעריקן, פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען גרויסע אינסעקטן, וואָס דערגרייכן 6 אינטשן די לענג — כּמעט ווי אַ סאַרדינע — און האָבן טאַקע אַ געוויסן חן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.