רעגינע יאָנאַס, די ערשטע פֿרוי באַשטעטיקט צו ווערן ווי אַ ראַבינערטע, איז די וואָך באַערט געוואָרן, 80 יאָר נאָך דעם ווי זי איז אָרדינירט געוואָרן דורך אַ בערלינער ראַבינער.
אַ גרופּע ראַבינערטעס פֿון פֿאַרשידענע לענדער און רעליגיעזע שטראָמען איז געפֿאָרן קיין בערלין און פּראָג, כּדי צו באַערן יאָנאַס, וועלכע איז אומגעקומען אין אוישוויץ אין 1944.
במשך פֿון דעם 5־טאָגיקן טור, אָרגאַניזירט פֿונעם „ייִדישן פֿרויען־אַרכיוו‟ און דעם „יעקבֿ ריידער מאַרקוס צענטער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע אַרכיוון‟, האָט די גרופּע צוגעקלאַפּט אַ טאָוול לזכּרון יאָנאַסן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזין, וווּהין די נאַציס האָבן זי צו ערשטע דעפּאָרטירט. די גרופּע האָט אויך באַזוכט דעם Centrum Judaicum Archive, וווּ מע האָט ערבֿ יאָנאַס׳ דעפּאָרטאַציע אַרײַנגעגעבן אירע פּערזענלעכע פּאַפּירן.
געבוירן איז יאָנאַס אין 1902, אין בערלין. זי האָט שטודירט אין דער „ליבעראַלער הויכשול פֿאַר דער ייִדישער וויסנשאַפֿט‟ און איז אָרדינירט געוואָרן דורכן ראַבינער מאַקס דינעמאַן. דער באַקאַנטער פֿירער פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, לעאָ בעק, האָט אויך אונטערגעשריבן די באַשטעטיקונג־פּאַפּירן.
אָבער נאָך איר פּטירה איז יאָנאַס כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. ערשט נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿון דער בערלינער וואַנט, האָט מען ווידער אַנטדעקט אירע פּאַפּירן.
בעת אַן אָוונט לכּבֿוד אירע אויפֿטוען, דעם 22סטן יולי, האָבן די ראַבינערטעס אַרומגערעדט די הײַנטיקע שוועריקייטן פֿון זײַן אַ ראַבינערטע. זיי האָבן זיך געטיילט מיט זייערע אייגענע איבערלעבונגען — סײַ די אינספּירירנדיקע, סײַ די פֿאַרשידענע שטרויכלונגען.
צווישן די הויפּט־פֿיגורן וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דעם טור זענען געווען סאַלי פּריסאַנד, וועלכע איז אין 1972 געוואָרן די ערשטע אַמעריקאַנער ראַבינערטע; איימי אײַלבערג — די ערשטע אַמעריקאַנער ראַבינערטע פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג (1985); סענדי אײַזענבערג סאַסאָ — די ערשטע פֿונעם רעקאָנסטרוקציאָנסטישן שטראָם, (1974); דזשאַקעלין טאַביק — די ערשטע ראַבינערטע אין בריטאַניע (1975), און אַלינאַ טרייגער, וועלכע איז אין 2010 געוואָרן די צווייטע ראַבינערטע אײַנגעשוווירן צו ווערן אין דײַטשלאַנד.
די איינציקע אָרטאָדאָקסישע פֿרוי אָרדינירט צו ווערן ווי אַ ראַבינערטע — שׂרה הורוויץ — האָט נישט געקאָנט בײַזײַן, צוליב דעם צײַטווײַליקן שליסן פֿונעם „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟. הורוויץ טראָגט דעם טיטל „רבה‟ (ראַבאַ), נאָכן באַקומען די אָרדינירונג פֿון די ראַבינער אַבֿי ווײַס און דניאל ספּערבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.