אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט האָבן במשך פֿון די לעצטע עטלעכע טעג עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך, אונגערן און שפּאַניע.
זונטיק האָבן בערך 2,000 מענטשן, אַ סך פֿון זיי — ייִדן, זיך באַטייליקט אין אַ מאַניפֿעסטאַציע אין מאַרסיי, פֿראַנקרײַך, כּדי אויסצודריקן זייער אַחדות מיט ישׂראל. „אונדזער לעבן איז געוואָרן ממש אַבסורדיש,‟ האָט באַמערקט ניקאָל ירדני, דער הויפּט פֿונעם טולוזער צווײַג פֿון CRIF, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע קהילות אין פֿראַנקרײַך. „יעדן טאָג מוזן מיר אויסהאַלטן באַליידיקונגען און מע שפּײַט אַפֿילו אויף אונדז. מיר פֿילן זיך די טעג זייער נערוועז, צוליב דעם, וואָס אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט זיך אונטערגענומען צו פּײַניקן די ייִדן, אַפֿילו ווען זיי האָבן נישט קיין שײַכות מיט עזה.‟
שבת, איין שעה נאָך אַ פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַציע, האָט אַ מאַן געוואָרפֿן דרײַ צינדפֿלעשער אין אַ ייִדישן קהילה־צענטער אין טולוז. קיין איין צינדפֿלאַש האָט זיך נישט אָנגעצונדן. דער אַטאַקירער האָט אויך געוואָרפֿן שטיינער אויפֿן קהילה־צענטער, וווּ עס געפֿינט זיך אַ שיל, אַ ביבליאָטעק און אַ לעקציע־זאַל. די פּאָליציי האָט אים אַרעסטירט, אָבער נישט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן נאָמען.
אין אונגערן האָט דער נײַער אַמבאַסאַדאָר אין איטאַליע, פּעטער סעננטימיכאַלי סאַבאָ, זיך צוריקגעצויגן פֿונעם פּאָסטן, נאָך דעם ווי דער „אַלוועלטלעכער ייִדישער קאָנגרעס‟ און די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ האָבן גערופֿן איטאַליע אָפּצוזאָגן סאַבאָ פֿון דער פּאָזיציע, נעמענדיק אין באַטראַכט זײַן עקסטרעם־רעכטן אַקטיוויזם און אָפֿענעם אַנטיסעמיטיזם.
צוויי אָפּאָזיציע־פּאַרטייען פֿון דער רעכט־געשטימטער אונגערישער רעגירונג האָבן אויך פֿאַרדאַמט דעם פּרעמיער וויקטאָר אָרבאַן פֿאַר האָבן באַשטימט סאַבאָ אויף דער פּאָזיציע, טענהנדיק, אַז סאַבאָ האָט פּובליקירט אַרטיקלען אין עטלעכע עקסטרעם־רעכטע צײַטונגען.
עוואַ באַלאָג, אַ בלאָגערין פֿון דער אַנטי־אָרבאַן פּאַרטיי, האָט באַצייכנט סאַבאָ ווי אַ „פֿאַרברענטער‟ אַנטיסעמיט. אין אַן אַרטיקל פֿונעם יאָר 2000, מיטן קעפּל „די אַגענטן פֿונעם שׂטן‟, האָט סאַבאָ זיך פֿאַררופֿן אויף „אַ געוויסן פֿאָלק‟, ניצנדיק די זעלבע אַנטיסעמיטישע טערמינען ווי מע פֿלעגט זען אין דער נאַציסטישער פּראָפּאַגאַנדע.
די ייִדישע קהילה אין מאַדריד, שפּאַניע, האָט די וואָך אויך אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט קעגן אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד. די קהילה האָט דערקלערט, אַז זי וועט אָנקלאָגן אין געריכט דעם באַרימטן שרײַבער און דראַמאַטורג, אַנטאָניאָ גאַלאַ, וועלכער האָט אין אַ מיינונג־אַרטיקל אין דער אָנגעזעענער שפּאַנישער טאָגצײַטונג „על מונדאָ‟, פֿונעם 23סטן יולי, געשריבן, אַז די ישׁראלדיקע אַקציע אין עזה באַרעכטיקט דעם גירוש־שפּאַניע פֿון 1492.
„ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס מע האָט זיי אַזוי פֿיל מאָל פֿאַרטריבן פֿון לאַנד,‟ דערקלערט גאַלאַ אינעם אַרטיקל. „דער חידוש איז, וואָס זיי טוען ווײַטער דאָס זעלבע. אָדער זענען זיי בטבֿע נישט קיין גוטע, אָדער זיי ווערן פֿאַרסמט פֿון אַנדערע.‟
ער שרײַבט אויך, אַז „דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געקאָנט טאָן אַזוי פֿיל מער לטובֿת דער מענטשהייט, אָבער ווי עס זעט אויס, קאָנען זיי פּשוט נישט צוזאַמענלעבן מיט אַנדערע פֿעלקער.‟
אין אַ בריוו אין דער רעדאַקציע פֿון „על מונדאָ‟, האָט דייוויד האַטשוועל, פּרעזידענט פֿון דער מאַדרידער ייִדישער קהילה, דערקלערט, אַז די קהילה וועט „זוכן מיט אַלע כּוחות אַ לעגאַלע באַשיצונג‟ קעגן גאַלאַ, וועלכער האָט שוין אַ לאַנגע געשיכטע פֿון שרײַבן טעקסטן, וואָס באַליידיקן די ייִדן. האַטשוועל האָט צוגעגעבן, אַז דער אָנקלאָג וועט זײַן אויפֿן סמך פֿון אַ געזעץ אין שפּאַניע, וואָס פֿאַרווערט אַנטיסעמיטישע שׂינאה־רייד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.