נײַער אַמעריקאַנער שליח פֿאַר רעליגיעזע רעכט איז אַ ייִד

New US Ambassador for Religious Freedom is Jewish

דוד סאַפּערשטיין
Wikipedia
דוד סאַפּערשטיין

Published July 29, 2014, issue of August 15, 2014.

ראַבינער דוד סאַפּערשטיין איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער אַמבאַסאַדאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלער רעליגיעזער פֿרײַהייט — דער ערשטער נישט־קריסטלעכער צו באַקומען אַזאַ פּאָסטן זינט מע האָט עס געגרינדעט אין 1998.

ווי דער אַמבאַסאַדאָר, וועט סאַפּערשטיין, וועלכער איז אין 2009 באַצייכנט געוואָרן דורך „ניוסוויק‟ ווי „דער השפּעהדיקסטער ראַבײַ אין אַמעריקע‟, אָנפֿירן מיטן ביוראָ פֿון אינטערנאַציאָנאַלער רעליגיעזער פֿרײַהייט — אַן אָפּטייל בײַ דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט. זײַן אַרבעט וועט זײַן צו האַלטן אַן אויג, וואָס שייך שטערונגען פֿון רעליגיעזער פֿרײַהייט איבער דער וועלט.

דער 66־יאָריקער סאַפּערשטיין, וועלכער דינט סײַ ווי אַ רעפֿאָרם־ראַבינער, סײַ ווי אַן אַדוואָקאַט, פֿירט שוין 30 יאָר לאַנג דעם „רעליגיעזן אַקציע־צענטער‟ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, און האָט געמאַכט זײַן קאַריערע אין וואַשינגטאָן, וווּ ער האָט זיך קאָנצענטרירט אויף די ענינים פֿון סאָציאַלער גערעכטיקייט און רעליגיעזער פֿרײַהייט.

סאַפּערשטיין מוז, צו ערשט, באַשטעטיקט ווערן פֿונעם סענאַט, איידער ער קען אָננעמען די פּאָזיציע.

דאָס אויסקלײַבן סאַפּערשטיין וועט געפֿעלן אַ סך מעטשן, וועלכע קעמפֿן פֿאַר רעליגיעזער פֿרײַהייט, צוליב זײַן דערפֿאַרונג און איבערגעגעבנקייט צו סאָציאַלער גערעכטיקייט. זײַנע פּראָגרעסיווע שטעלונגען וועלן אָבער אפֿשר אַרויסרופֿן זאָרג בײַ די מער קאָנסערוואַטיווע פּאָליטיקער.

סאַפּערשטיין וועט זײַן דער פֿערטער מענטש צו דינען אויף דער פּאָזיציע. פֿאַר אים האָט געדינט אַ פּראָטעסטאַנטישער רעווערענד, סוזען דזשאָנסאָן קוק — די ערשטע פֿרוי און די ערשטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנערין צו אַמטירן אין אַזאַ ראָלע. קוק האָט רעזיגנירט דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער, זאָגנדיק, אַז זי דאַרף פֿאַרדינען מער, כּדי אויסצוהאַלטן איר משפּחה. סאַפּערשטיין האָט אַ פֿרוי און צוויי קינדער.

פֿונעם „רעליגיעזן נײַעס־דינסט‟