דאָס אייראָפּעיִשע געריכט פֿאַר מענטשן-רעכט (EUROPEAN COURT OF HUMAN RIGHTS) אין שטראַסבורג האָט אָנגעקלאָגט פּוילן אינעם ברעכן די רעכט פֿון אַבד-אַל-ראַכים אַל-נאַשירי, און כוסיין אַבו-זובדאַיאַ. פּוילן דאַרף זיי אויסצאָלן 23,0000 אייראָ היזק-געלט. אַל-נאַשירי און אַבו-זובדאַיאַ געפֿינען זיך איצט אין דער אַמעריקאַנער תּפֿיסה אין גואַנטאַנאַמאָ.
אַל-נאַשירי ווערט פֿאַרדעכטיקט אין דעם, אַז ער האָט פּלאַנירט און אויסגעפֿירט די אַטאַקע אויף דער קריגסשיף „קאָל‟ (USS COLE). זיבעצן אַמעריקאַנער סאָלדאַטן זענען דעמאָלט אומגעקומען.
אַל-נאַשירי און אַבו-זובדאַיאַ זענען געווען אין 2002 אין פּוילן, וווּ דער „סי-אײַ-איי‟ האָט זיי — אַזוי טענהן די טעראָריסטן — געפּײַניקט. לויטן אייראָפּעיִשן געריכט האָט פּוילן געדאַרפֿט זיי פֿאַרטיידיקן קעגן דער אַמעריקאַנער מאַכט.
לעשעק מילער, פּרעמיער־מיניסטער פֿון פּוילן אין 2001, באַצייכנט דעם באַשלוס פֿונעם געריכט ווי אוממאָראַליש. פּוילן, זאָגט ער, דאַרף נישט צאָלן קיין געלט די צוויי מערדערס. „די ריכטער באַזירן זיך אויף פּליאָטקעס, באַרעדענישן און ספּעקולאַציעס. קיין שום באַווײַז האָבן זיי נישט. מיר האָבן זיי געשיקט מאַטעריאַלן, וואָס זיי האָבן נישט געוואָלט באַטראַכטן. דאָס געריכט שטעלט די רעכט פֿון די מערדערס איבער די רעכט פֿון זייערע קרבנות‟ — זאָגט מילער.
אויף דער פֿראַגע, צי דער „סי-אײַ-איי‟ האָט יאָ אָדער נישט געהאַט אַ תּפֿיסה אין פּוילן, ענטפֿערט מילער מיט אַ „לא‟.
אין זײַן הספּד אויף שמעון שורמיעיס לוויה האָט דער אַמאָליקער פּוילישער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדער קוואַשניעווסקי, געזאָגט, אַז שמעון שורמיעיס לעבן איז געווען לאַנג און רײַך מיט האָפֿענונג און שרעק. ער האָט געזען די שוידערלעכסטע געשעענישן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אָבער פֿון דעסטוועגן, נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין ייִאוש. פֿאַר שמעון שורמיעי, האָט געזאָגט קוואַשניעווסקי, איז שפּילן טעאַטער נישט געווען קיין אַרבעט. ס’איז געווען זײַן לעבן.
ער האָט תּמיד געקעמפֿט פֿאַר אַן אָפֿענער, טאָלעראַנטער פּוילישער מלוכה. סאָציאַלע גערעכטיקייט איז אים אויך תּמיד געווען נאָענט צום האַרצן, האָט קוואַשניעווסקי געזאָגט. אין זײַן בריוו צו דער אַלמנה, גאָלדע טענצער, האָט שמעון פּערעס, דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, געשריבן, אַז שמעון שורמיעי איז געווען אַ האַרציקער חבֿר, אַ שאַפֿער און היטער פֿון דער ייִדישער קולטור. שמעון שורמיעי האָט טאַקע געראַטעוועט דעם ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע אין די שווערע צײַטן בעת דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין פּוילן אין 1968. אידאַ קאַמינסקאַ, די גרינדערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, ווי אַ סך אַנדערע ייִדן, איז דעמאָלט אַרויסגעפֿאָרן פֿון פּוילן. שמעון שורמיעי האָט געשאַפֿן אַ טעאַטער-שול, וווּ יונגע אַדעפּטן האָבן זיך געלערנט טעאַטער־קונסט, ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור.
גאָלדע טענצער, חיים רײַפֿער און אַ סך אַנדערע האָבן געענדיקט זייערע לימודים אין דער טעאַטער-שול, וואָס שמעון שורמיעי האָט דעמאָלט געגרינדעט.
פֿון ניו־יאָרק איז אָנגעקומען די טרויעריקע בשׂורה, אַז אין דער אייביקייט איז אַוועק די שרײַבערין בעל קאַופֿמאַן, באַקאַנט אויך ווי שלום־עליכמס אייניקל. אין שײַכות דערמיט האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ פֿאַל, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט איר.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געלערנט ייִדישע ליטעראַטור אינעם ניו־יאָרקער „האַנטער קאָלעדזש‟. מיט וואָס איז „האַנטער קאָלעדזש‟” אַנדערש ווי אַלע אַנדערע אוניווערסיטעטן, וווּ איך האָב געאַרבעט אין אַמעריקע? „האַנטער קאָלעדזש‟ איז אַנדערש מיט דעם, וואָס ער געפֿינט זיך אין מיטן מאַנהעטן. דער קאַמפּוס איז אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דער שטאָט.
היות וואָס מען קען נישט לערנען ייִדישע ליטעראַטור אָן שלום־עליכמען, און היות וואָס זײַן אייניקל, בעל קאַופֿמאַן, האָט געוווינט נישט ווײַט און איז געווען בשעתו אַ תּלמידה אינעם זעלבן בנין, וווּ איך האָב געהאַט דעם קלאַס, האָב איך זי געבעטן, זי זאָל קומען און רעדן מיט די סטודענטן וועגן איר זיידן.
זי האָט גלײַך מסכּים געווען.
איך האָב דערמיט אויך געוואָלט ווײַזן, אַז אונדזער קלאַסיקער האָט נישט געלעבט מיט הונדערטער יאָרן צוריק, נאָר נישט אַזוי לאַנג צוריק — אָט איז זײַן אייניקל.
בעל קאַופֿמאַן איז שוין דעמאָלט געווען אין טיפֿן עלטער, אָבער פֿון דעסטוועגן, נאָך אַלץ אַ שיינע, עלעגאַנטע פֿרוי. דערציילט האָט זי פֿון איר באַרימטן זיידן און נאָך מער פֿון איר האַרציקער באָבען, שלום־עליכמס פֿרוי. ביידע האָבן גערעדט מיט איר רוסיש, האָט זי דערציילט. בכלל נאָך אַ קליין קינד האָט זי געמיינט, אַז אין אַמעריקע רעדט מען צוויי שפּראַכן — ייִדיש און רוסיש.
די הומאָריסטישע גענען פֿון איר געניאַלן זיידן איז געווען לײַכט צו דערקענען אין איר רעדע. זי האָט דערציילט אויך וועגן איר אייגענער ליטעראַרישער אַרבעט און וועגן דעם בוך, וואָס זי האָט אָנגעשריבן, UP THE DOWN STAIRCASE.
די פֿעיִקײט צו קוקן אויף זיך אַליין מיט איראָניע, האָט זי, אַ פּנים, געירשנט בײַ איר גרויסן זיידן.
נאָך דער לעקציע איז צו מיר צוגעקומען אַ סטודענטקע און געזאָגט מיט התפּעלות: „אַז איך וועל דערלעבן ביז נײַנציק יאָר, וואָלט איך אויך געוואָלט קענען שטיין אויף די פֿיס במשך פֿון אָנדערטהאַלבן שעה אויף עלעגאַנטע שיך מיט הויכע אָפּצאַסן, און דערציילן אַזעלכע טשיקאַווע אַנעקדאָטן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.