וואַשינגטאָן. — דער מחלוקת צווישן דעם אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי און ישׂראל, וואָס איז אַרויסגעוואַקסן פֿון זײַן פּרוּוו צו פֿאַרמיטלען אַ פֿײַער־איבעררײַס אין עזה די פֿאַרגאַנגענע וואָך, שטעקט אין דער ראָלע פֿון צוויי לענדער, טערקײַ און קאַטאַר, אין די פֿאַרהאַנדלונגען.
די הויכע באַאַמטע אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג האַלטן, אַז די אינטערעסן פֿון טערקײַ און קאַטאַר קומען אין אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט מיט די ישׂראלדיקע אינטערעסן. הגם ביידע לענדער זענען שוין יאָרן לאַנג אַליִיִרטע מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זענען זיי אויך שטיצער פֿון „כאַמאַס‟.
„דורך ׳אַל דזשאַזיראַ׳, שטיצט קאַטאַר אַ טעראָריסטישע גרופּע, סײַ פֿינאַנציעל, סײַ פּאָליטיש, סײַ דיפּלאָמאַטיש,‟ האָט אַ ישׂראלדיקער באַאַמטער געזאָגט דער ייִט״אַ. „אַנשטאָט צו העלפֿן אַנטוויקלען דעם ראַיאָן, העלפֿט קאַטאַר די טעראָריסטן.‟
די ישׂראלים ווײַזן אָן ווי אַ בײַשפּיל די נײַסטע אַנטי־ישׂראלדיקע רעטאָריק פֿונעם טערקישן פּרעמיער, רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן. בעת דעם איצטיקן קאָנפֿליקט האָט ער געזאָגט, אַז ישׂראל איז נאָך ערגער ווי די נאַציס.
ישׂראל וואָלט גיכער געוואָלט, אַז עגיפּטן זאָל דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער, ווײַל די איצטיקע מיליטערישע רעגירונג אין עגיפּטן איז אַנטאַגאָניסטיש־געשטימט צו דער איסלאַמישער „כאַמאַס‟־באַוועגונג. ישׂראל האָט שוין מסכּים געווען מיט אַן עגיפּטישן פֿאָרלייג פֿון אַ פֿײַער־איבעררײַס, אָבער „כאַמאַס‟ האָט עס אָפּגעוואָרפֿן.
טאַמאַראַ קאָפֿמאַן וויטס, אַן אַסיסטענטקע בײַם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט אין שײַכות מיטן מיטעלן מיזרח, האָט געזאָגט, אַז טערקײַ און קאַטאַר זענען נייטיקע פֿאַרמיטלער, ווײַל „כאַמאַס‟ געטרויט זיי. „אויב מיר וועלן זיי נישט צולאָזן צו האָבן אַ האַנט אין לייזן דעם קאָנפֿליקט, וועלן זיי אפֿשר צעשטערן די מעגלעכקייטן פֿון אַ פֿײַער־איבעררײַס,‟ האָט וויטס דערקלערט.
בעת דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע ציטירט געוויסע אַנאָנימע קוואַלן פֿון דער ישׂראל־רעגירונג, וועלכע האָבן באַצייכנט קערי ווי אַ שלימזל, וואָס האָט נישט־וויסנדיק אָנגענומען די קריוודע פֿון „כאַמאַס‟ אין די פֿאַרהאַנדלונגען. די אַמעריקאַנער באַאַמטע האָבן שטאַרק קריטיקירט די נעגאַטיווע קאָמענטאַרן וועגן קערי.
אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, האָט אויך גערופֿן ישׂראל אָפּצושטעלן די אַטאַקן אויף קערי. „איך פֿאַרשטיי, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל זענען נישט מסכּים וועגן געוויסע זאַכן, אָבער דאָס באַרעכטיקט נישט דאָס באַליידיקן איינער דעם צווייטן,‟ האָט פֿאַקסמאַן געזאָגט. „אַזאַ אויפֿפֿיר קאָן ממש צעשטערן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און איר איינציקן געטרײַען אַליִיִרטן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.