תּל־אָבֿיבֿ. — פֿאַדי גאַלין איז געבוירן געוואָרן אין עזה, אָבער דער איצטיקער קאָנפֿליקט גייט אים ווייניק אָן. „מײַן לעבן באַשטייט פֿון צוויי זאַכן: די היים און די אַרבעט,‟ האָט גאַלין, אַ 29־יאָריקער קאָכער, באַמערקט.
גאַלין איז אַ מוסולמענישער אַראַבער מיט אַ ייִדישער פֿרוי. ווען דער Forward האָט אים אינטערוויויִרט, האָט ער ערשט געהאַט פֿאַרענדיקט דאָס פֿאַסטן פֿונעם טאָג, בעת דעם חודש פֿון ראַמאַדאַן. זײַן פֿרוי, טליה סיגל, אַ 29־יאָריקע געוועלב־אַסיסטענטקע, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַסט צוזאַמען מיט אים פֿון צײַט צו צײַט, כאָטש זי גייט אויך אין שיל יום־כּיפּור. די געשעענישן אין עזה שאַפֿן נישט קיין שפּאַנונג צווישן זיי — זאָגט סיגל — ווײַל זיי „טראַכטן דאָס זעלבע‟ וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟. אויף דער פֿראַגע, ווער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די ציווילע קרבנות אין עזה, ענטפֿערן זיי אָבער גאָר אַנדערש.
„ס׳אינטערעסירט מיך בכלל נישט, וועלכער צד איז שולדיק,‟ האָט גאַלין געענטפֿערט.
„׳כאַמאַס׳ איז שולדיק, וואָס די ציווילע לײַט ווערן דערהרגעט,‟ האָט סיגאַל געזאָגט. „ס׳איז אַ שאָד, וואָס ישׂראל פֿירט איצט אַ מלחמה, אָבער זי מוז באַקעמפֿן ׳כאַמאַס׳.‟ „אַוודאי, מיין איך בלויז ׳כאַמאַס׳, נישט די פּאַלעסטינער,‟ האָט זי צוגעגעבן.
אַראַביש־ייִדישע פּאָרפֿעלקער זענען נאָך אַלץ אַ זעלטענע זאַך אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, וואָס באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון עטנישער סאָלידאַריטעט. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן אַ סך געמישטע פּאָרפֿעלקער זיך אָפּגעזאָגט אינטערוויויִרט צו ווערן.
גאַלין און סיגל האָבן זיך געטראָפֿן אין יפֿו און חתונה געהאַט אין אויסלאַנד, צוליב דעם וואָס ישׂראל דערלויבט נישט קיין חתונות פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי זיך אויך פֿאַרשריבן ווי „שטוב־פּאַרטנערס‟ — באַצייכענונג, וואָס ווערט יאָ אָנערקענט בײַ דער רעגירונג דורך דער נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע „משפּחה חדשה‟.
דאָס פּאָרפֿאָלק דערציילט ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון זייער באַציִונג. „לכתּחילה האָט מײַן עלטערע שוועסטער זיך אַנטקעגנגעשטעלט,‟ האָט סיגאַל געזאָגט. „זי האָט מיך געפּרוּווט איבערצײַגן אים צו פֿאַרלאָזן, אָבער ס׳האָט נישט געהאָלפֿן. מײַנע אַנדערע קרובֿים האָבן עס אָנגענומען, און מיט דער צײַט האָט מײַן שוועסטער מער נישט געדריקט אויף מיר.‟
נאַטאַלי סאָלאָנסאַוו האָט נישט קיין מיינונג וועגן דעם קאָנפֿליקט אין עזה, ווײַל זי האָט ערשט עולה געווען פֿון רוסלאַנד מיט דרײַ יאָר צוריק, און זאָגט, אַז זי ווייסט ווייניק וועגן דעם. איר טאַטע איז אַ ייִד, און זי האַלט זיך פֿאַר אַ ייִדישער. אָבער שוין אָנדערטהאַלבן יאָר האָט זי אַן אַראַבישן געליבטן, כוסאַם סאָלאָנסאַוו, און מיט אַ חודש צוריק האָבן זיי פֿאָרמאַליזירט זייער באַציִונג דורך „משפּחה חדשה‟.
די סאָלאָנסאַווס וווינען אין נתניה, אַ שטאָט מיט אַ סך רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, און זאָגן, אַז ביידע משפּחות האָבן אָנגענומען זייער באַציִונג. „מיר האָבן זיך ליב,‟ האָט די 33־יאָריקע נאַטאַלי געזאָגט.
צי רעדן נאַטאַלי און כוסאַם צווישן זיך וועגם דעם איצטיקן קאָנפֿליקט אין עזה? „נישט קיין סך, ווײַל איך האָב נישט קיין גרויסן אינטערעס אין פּאָליטיק,‟ האָט זי געזאָגט. „אָבער אַוודאי שמועסן מיר וועגן דעם. ווי קאָן זײַן אַנדערש, ווען מע וווינט דאָ?‟
„מיר זענען אַ גליקלעכע משפּחה, און ווערן נישט פֿאַרמישט אין פּאָליטיק,‟ האָט דער 31־יאָריקער כוסאַם סאָלאָסאַוו געזאָגט. „דער עיקר, בײַ מיר, איז די משפּחה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.