דעם פֿאַרגאַנגענעם נײַ־יאָר, האָט עד קאַס באַקומען אַ ביטערע בשׂורה: זײַן דערוואַקסענע טאָכטער נינאַ האָט זיך גענומען דאָס לעבן אין מישיגען. ער איז גלײַך אָפּגעפֿאָרן פֿון קאַליפֿאָרניע, כּדי זי צו באַערדיקן און זיצן שיבֿעה.
ער האָט געוווּסט, אַז זײַן טאָכטער האָט געוואָלט באַערדיקט ווערן לעבן אירע באָבע־זיידע, אויף אַ בית־עולם, וואָס געהערט צו דער שיל „עץ־חיים‟ אין טאָלעדאָ, אָהײַאָ. די משפּחה איז שוין פֿון לאַנג נישט געווען קיין מיטגליד פֿון דער שיל, האָט קאַס אַנגעקלונגען אַ שיל־באַאַמטן, פֿרעגנדיק, צי ער קען דאָרט מקבר זײַן זײַן טאָכטער. די שיל האָט געענטפֿערט, אַז יאָ — אָבער צו ערשט, מוז ער באַצאָלן שיל־מיטגלידערשאַפֿט פֿאַר די לעצטע פֿינף יאָר, וואָס באַטרעפֿט $4,000, אַחוץ די לוויה־הוצאות — $2,450.
„צום באַדויערן, האָט די שיל דאָס רעכט דאָס צו טאָן, ווײַל זי פֿאַרמאָגט דעם בית־עולם,‟ האָט דערקלערט סטענלי קאַפּלאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן בית־עולם פֿאַרבאַנד פֿון מאַסאַטשוסעטס‟, אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרמאָגט און היט אָפּ בית־עולמס אין דער באָסטאָנער געגנט.
ווען קאַס האָט נאָך געוווינט אין טאָלעדאָ אין די 1980ער יאָרן, איז ער געווען אַ מיטגליד פֿון „עץ חיים‟, און אַפֿילו געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון איר זונטיקשול. הײַנט וווינט ער אָבער אין קאַליפֿאָרניע. זײַן טאָכטער, וועלכע האָט זיך געראַנגלט מיט דעפּרעסיע, האָט נישט געהאַט קיין פּרנסה אָדער הכנסה. קאַס, וועלכער איז 70 יאָר אַלט, האָט זיך לעצטנס צוריקגעצויגן פֿון דער אַרבעט און לעבט איצט בלויז פֿון דער פּענסיע.
פֿון דעסטוועגן, האָט ער מסכּים געווען צו באַצאָלן די $4,000. קאַס זאָגט, אַז דער נײַער שיל־פּרעזידענט, סטיווען מאַרקוס האָט אים צוגעזאָגט, אַז מע וועט אים שפּעטער באַפֿרײַען פֿונעם חובֿ, אויב ער געפֿינט זיך אין אַ שלעכטן פֿינאַנציעלן מצבֿ. האָט קאַס באַצאָלט די $2,450 פֿאַרן קבֿר און אויפֿהאַלטונג, ווי אויך די ערשטע אויסצאָלונג פֿון $500 פֿאַר מיטגלידערשאַפֿט. דערבײַ האָט ער אונטערגעשריבן אַ דאָקומענט, צוזאָגנדיק צו באַצאָלן די פֿאַרבליבענע סומע — $3,500, און מע האָט געבראַכט נינאַ צו קבֿורה.
מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט קאַס דערפֿילט, אַז מע האָט אים באַעוולט און האָט אָנגעשריבן אַ בריוו וועגן זײַן איבערלעבונג אין דער אָרטיקער ייִדישער צײַטונג, וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע. „די שיל האָט זיך נישט געפֿירט מענטשלעך,‟ האָט ער געשריבן.
אַנשטאָט אָפּצודרוקן דעם בריוו, האָט דער עקזעקוטיוו פֿון דער פֿעדעראַציע אַראַנזשירט אַ זיצונג מיט אים און דעם שיל־פּרעזידענט, מאַרקוס. אויף דער זיצונג האָט קאַס געזאָגט, אַז מאַרקוס האָט אים געהאַט צוגעזאָגט אים צו באַפֿרײַען פֿונעם חובֿ. מאַרקוס, וועלכער איז אויך אַן אַדוואָקאַט, האָט אָבער געטענהט, אַז ער האָט פּשוט פֿאָרגעלייגט קאַסן, ער זאָל שיקן דער שיל־פֿאַרוואַלטונג די געהעריקע דאָקומענטאַציע, צו באַווײַזן, אַז ער קאָן נישט באַצאָלן.
די באַציִונגען צווישן קאַס און דער שיל זענען אין גיכן געוואָרן נאָך ערגער, און דעם 16טן יוני האָט מאַרקוס אים געשריבן אַ בריוו, טענהדיק, אַז אים איז פֿאַרווערט אויפֿצושטעלן אַ מצבֿה פֿאַר זײַן טאָכטער, ביז ער וועט נישט אָנהייבן באַצאָלן דעם חובֿ.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, רעכענען כּמעט אַלע שילן אַ העכערן פּרײַז פֿאַר אַ קרקע בײַ די נישט־מיטגלידער. דער פּרײַז בײַ „עץ־חיים‟ איז פּשוט העכער ווי בײַ אַנדערע.
אַ טייל שילן רעכענען בלויז אַן איינמאָליקן פּרײַז, אַנשטאָט אַרויסצופּרעסן בײַ זיי פֿינף יאָר מיטגלידערשאַפֿט. די שיל „בית־הילל‟ אין בלומפֿילד, קאָנעטיקאָט, רעכנט די מיטגלידער $1,750 פֿאַר אַ קרקע, און די נישט־מיטגלידער — $2,350. די „סטיווען ווײַז פֿרײַע סינאַגאָגע‟ גיט אַ הנחה פֿון 10% פֿאַר די מיטגלידער, בעת די נישט־מיטגלידער באַצאָלן די גאַנצע סומע.
ראַבינער דניאל פֿרילענדער, וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „יוניאָן פֿאַר רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, זאָגט, אַז צוליב דעם וואָס אַ סך שילן האָבן זיך אָנגעהויבן ווי חבֿרה־קדישא, נעמען זיי זייער ערנסט אויף די פֿראַגע, און רעכענען דערפֿאַר שיל־מיטגלידערשאַפֿט פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר. „אַ סך פֿון זיי פֿאַרשטייען אָבער נישט, אַז מיט יאָרן צוריק איז מיטגלידערשאַפֿט געווען בלויז $100 אַ יאָר, און הײַנט איז עס געוויינטלעך $800 אַ יאָר. דאָס איז פּשוט צו אַ הויכער פּרײַז פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.