האַמבורג איז די צווייט גרעסטע שטאָט אין דײַטשלאַנד, און אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש האָט זי געשפּילט אַ באַדײַטנדיקע ראָלע. דאָרט האָט מען געשאַפֿן די ערשטע קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין אייראָפּע בײַם אוניווערסיטעט, און ד”ר שלמה בירנבוים (1891—1989), דער זון פֿון נתן בירנבוים, האָט זי פֿאַרנומען פֿון 1929 ביז 1933. ער און זײַן פֿרוי האָבן זיך געראַטעוועט אין ענגלאַנד, וווּהין זיי זענען אַנטלאָפֿן, דערנאָך זיך אַריבערגעצויגן קיין טאָראָנטאָ אין די 1970ער יאָרן. צווישן זײַנע זין איז געווען יעקבֿ בירנבוים, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן הײַנטיקס יאָר; איינער פֿון די ערשטע קעמפֿער אין דער באַוועגונג צו העלפֿן די סאָוועטישע ייִדן.
נאָכן טויט פֿון שלמה בירנבוים האָט אַ גרופּע ייִדיש־ליבהאָבער אין האַמבורג באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אויף זײַן נאָמען, און די „שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט‟ וועט אין 2015 פּראַווען 20 יאָר. מע גרייט צו אַן אימפּאָזאַנטע פּראָגראַם מיט מוזיק און לעקציעס.
די געזעלשאַפֿט פֿירט דורך אירע אונטערנעמונגען אויף ייִדיש און דאָס יאָר האָט מען געשטעלט דעם טראָפּ אויף „די אוצרות אין די ייִדישע ביבליאָטעקן און אַרכיוון‟. האָט מען מיך פֿאַרבעטן אָנצופֿירן מיט אַ דרײַ־שעהדיקן סעמינאַר וועגן מוזיק־ און קלאַנג־אַרכיוון איבער דער וועלט. דאָס האָט מיר געגעבן די געלעגנהייט צו רעדן וועגן דער „בען־סטאָנהיל־זאַמלונג‟ און דעם „רות רובין־אַרכיוו‟, וועלכע נעמען אַרײַן הונדערטער רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. אַ דאַנק דער דיגיטאַליזירונג פֿון די מאַטעריאַלן, וועט אַ ברייטערער עולם איצט קענען האָבן צוטריט צו זיי, און די פֿאָלקלאָריסטן וועלן קענען פֿאַרגלײַכן און אַנאַליזירן לידער פֿון פֿאַרשיידענע זינגער אין מיזרח־אייראָפּע.
למשל, אין ביידע פֿון די דערמאָנטע זאַמלונגען זינגט מען דאָס ליד, וואָס דער שולקלאַפּער אָדער שמשׂ אין שטעטל פֿלעג אויסשרײַען, ווען ער האָט אויפֿגעוועקט דעם עולם צו קומען דאַוונען פֿאַר טאָג אָדער אין מיטן דער נאַכט פֿאַר סליחות. ערשט איצט פֿאַרשטייט מען, אַז ס’איז בכלל דאָ אַזאַ קאַטעגאָריע פֿון אַ ליד, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער — „שטייט אויף!‟.
סאַבינע בעליך, די איצטיקע פֿאָרזיצערין פֿון דער „בירנבוים־געזעלשאַפֿט‟, האָט מיך פֿאַרבעטן אײַנצושטיין בײַ איר אין אַ פֿאָרשטאָט, וואָס איז אַמאָל געווען אַ פֿישערדאָרף, וווּ איר זיידע האָט געוווינט. הײַנט זענען די פֿישער שוין נישטאָ, אָבער די שיינע הײַזער לעבן דעם האַוון זענען געבליבן. בעליך, אַן איבערגעגעבענע ייִדישיסטקע און כּלל־טוערין, האָט פֿריִער פֿאַרנומען אַ פּאָזיציע אין דער האַמבורגער „גרינער פּאַרטיי‟ און האָט שטודירט ייִדיש און ייִדישע שטודיעס אינעם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט.
איין אָוונט האָבן מיר באַזוכט די דירה פֿון דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן, וועלכע האָט אַרויסגעלאָזט אַ לידער־רעקאָרדירונג פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי. אַן אַנדער האַמבורגער ייִדישע זינגערין, אינגע מאַנדאָס, האָט אונדז דערציילט וועגן אירע נײַע מוזיק־פּראָיעקטן. ס’זענען אויך פֿאַראַן עטלעכע קאַפּעליעס אין האַמבורג, פֿעלט דאָרטן נישט קיין ייִדישע מוזיקאַלישע סבֿיבֿה.
שבת האָט די ייִדיש־לערערין פֿונעם האַמבורגער אוניווערסיטעט, דאָראָטעאַ גרעווע מיך פֿאַרבעטן אָנצופֿירן מיט אַ נאַטור־שפּאַציר אויף ייִדיש אינעם עקאָלאָגיש־אָפּגעהיט דאָרף, וווּ זי וווינט — אַ כּמו־קיבוץ־קאָאָפּעראַטיוו „וואָלפֿסדאָרף‟. גרעווע איז געווען צווישן די ערשטע יונגע דײַטשן, באַקאַנט אין אַמעריקע, זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדיש, און האָט זיך געלערנט די שפּראַך אין דער אָקספֿאָרדער פּראָגראַם אין די 1980ער יאָרן.
אויף אונדזער נאַטור־שפּאַציר איז אויך געקומען גרעוועס אַ חבֿר, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ בוך, אפֿשר צוויי, וועגן דעם נאָדלבוים — טאַקסוס (אויף ענגליש „yew‟). ער באַטייליקט זיך אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט מיטן ציל צו ראַטעווען די ביימער, און ער פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט צו קוקן אויף די טאַקסוסעס אין פֿאַרשיידענע לענדער. ווען מיר זענען טאַקע צוגעקומען צו אַ טאַקסוס אויף אונדזער שפּאַציר, האָט אונדזער טאַקסוס־מבֿין גאָרנישט געזאָגט — אַפּנים פּריטשמעליעט געוואָרן. ער איז אַרומגעגאַנגען דעם בוים עטלעכע מאָל, דערנאָך זיך אָפּגעשטעלט און פֿאַרלייגט די הענט, קוקנדיק די גאַנצע צײַט אויפֿן בוים. די אַנדערע אין דער גרופּע האָבן אַוודאי געוואַרט צו הערן אַ קלוג וואָרט פֿון אים — אָבער ניין, ער איז געשטאַנען און געמאַכט אַ שווײַג. האָב איך, סוף־כּל־סוף, אַ פֿרעג געטאָן בײַ אים — „נו, וואָס זאָגט איר דערויף?‟. האָט ער געקראַצט דאָס בערדל און צוגעבאָמבקעט — יאָ, טאַקע אַ טאַקסוס. מער וועגן דעם בוים האָבן מיר פֿון זײַן מויל נישט אַרויסבאַקומען.
צו מײַן 3־שעהדיקן סעמינאַר אויף ייִדיש איז געקומען אַן עולם נישט קלענער ווי אינעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟. צווישן די אָנטיילנעמער איז געקומען ד”ר איזידאָר לעווין, וועלכער האָט שטודירט מיטן גרויסן פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ’ וואָלטער אַנדערסאָן אין טאַלין, עסטאַלנד, פֿאַר דער מלחמה. כאָטש מע האָט מיר געוואָרנט, אַז ער האָט אַ טבֿע שטאַרק צו קריטיקירן די רעדנער אין דער סעמינאַר־סעריע, האָט ער דאָס מאָל זיך „געהאַלטן אין דער מעלה‟ און נאָר געלויבט מײַן וואַרשטאַט און מײַן שפּראַך. מיר דאַכט זיך, אַז סע זענען דאָ אַזוי ווייניק ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער וועלט, אַז ער האָט זיך געפֿילט מחויבֿ זיך צוריקצוהאַלטן פֿון זײַנע שאַרפֿע רייד.
די דרײַ אָנפֿירער פֿון דער „שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט‟ — סאַבינע בעליך, דאַנקאַ קאָוואַלסקי און דאָראָטעאַ גרעווע — האָבן מיר געוויזן די „איסראַליטישע טאָכטערשולע‟, אַ ייִדישע מיידלשול, געבויט אין 1883. אין 1942 האָבן די נאַציס אַלע מיידלעך פֿון דער שול דעפּאָרטירט אין די לאַגערן, און אויף איין גאָרן האָט מען פֿאַרהיט די קלאַסצימערן פּונקט ווי אין יענער צײַט, ווי אַ דענקמאָל. דער בנין טראָגט הײַנט אַ נאָמען נאָכן לעצטן שול־דירעקטאָר, אַלבערטאָ יאַנאָס, וועלכער איז אויך דעפּאָרטירט געוואָרן קיין טערעזינשטאַט. קלאַסן לערנט מען ווײַטער דאָרטן, צווישן זיי — די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור מיט דאָראָטע גרעווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.