„אהבֿת־חינם‟ קעגן „שׂינאת־חינם‟

Boundless Love and Boundless Hatred

פֿון לײבל באָטװיניק

Published July 31, 2014, issue of August 15, 2014.

„זײ וויקלען זיך אַרום מיט אױפֿרײַס-מאַטעריאַל, און מיר — מיט דער ליבע פֿון עם-ישׂראל‟…
„זײ וויקלען זיך אַרום מיט אױפֿרײַס-מאַטעריאַל, און מיר — מיט דער ליבע פֿון עם-ישׂראל‟…

בין־המצרים

מיר געפֿינען זיך, לױט דער ייִדישער טראַדיציע, בין המצרים (דרײַ װאָכן פֿון טרױער אין די חדשים יולי-אױגוסט), און שױן אין די „9 טעג‟ פֿונעם חודש מנחם־אָבֿ. דאָס איז אַ צײַט, װען מיר דערמאָנען זיך אין חורבן בית־המקדש און בכלל אין גרױסע נאַציאָנאַלע טראַגעדיעס, װאָס זײַנען באַפֿאַלן אונדזער פֿאָלק במשך פֿון דור-דורות אין גלות. ט’ באָבֿ דערמאָנען ייִדן אױך דעם גרױסן „דריטן חורבן‟ פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. אין אַ װאָך-צװײ אַרום, דעם 12טן אױגוסט, װעלן מיר אױך דערמאָנען דעם מאָרד פֿון די ייִדישע שרײַבער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אין 1952, און די כּמעט פֿולע אױסראָטונג פֿון דער ייִדישער קולטור אונטער דעם רוסישן קאָמוניסטישן אַנטיסעמיטיזם.

אין דער צײַט װערן אָפֿט דערמאָנט די צװײ אױסדרוקן „אַהבֿת־חינם‟ און „שׂינאת־חינם‟, װאָס בײדע זײַנען זיי דװקא זײער רעלעװאַנט צו די פֿינצטערע געשעענישן, װאָס קומען איצט פֿאָר אין מיטעלן מיזרח בכלל, און אין און אַרום מדינת־ישׂראל בפֿרט.

די טעג זײַנען טאַקע לעצטנס פֿינצטערע. אונדזערע קינדער אין ארץ־ישׂראל געפֿינען זיך װידער אין אַ גרױסער סכּנה. די „כאַמאַס‟־טעראָריסטן באַפֿאַלן אונדזער ציװילע באַפֿעלקערונג אָן אָפּרו, מיט שװערע ראַקעטן-אַטאַקעס. זײ גרײטן זיך אױסצופֿירן שרעקלעכע אַטענטאַטן, צו מאָרדן און פֿאַרכאַפּן הונדערטער ישׂראלים דורך די צענדליקער טעראָר-טונעלן, װאָס זײ האָבן געגרײט במשך פֿון יאָרן. דער פּלאַן איז געװען, אַז ראָש-השנה צײַט, הײַיאָר האָבן זײ געזאָלט אַרױסשיקן עטלעכע הונדערט טעראָריסטן, אָנגעטאָן װי ישׂראל־סאָלדאַטן צו באַפֿאַלן די קלײנע ייִשובֿים אַרום דער גרענעץ מיט עזה.

גלײַכצײַטיק, װען מיר באַמיִען זיך צו פֿאַרטײדיקן אונדזער ציווילע באַפֿעלקערונג, באַפֿאַלן אונדז אונדזערע כּלומרשטע חבֿרים-מדינות מיט ניט יושרדיקע אָנקלאָגן און באַשולדיקונגען… און דאָך, איז פֿאַראַן אַ שטראַל פֿון ליכט: די ייִדישע גבֿורה פֿון אונדזערע העלדישע יוגנטלעכע.

אל־תרצח

עס איז אַ באַװוּסטע זאַך, אַז מע טאָר ניט הרגענען. דאָס איז אַ פֿונדאַמענטאַל ייִדיש געזעץ — אײנער פֿון די 10 געבאָט. ייִדן װײסן דאָס. על-פּי שׂכל, און על-פּי חוק װאָלט באַדאַרפֿט זײַן פֿאַרווערט צו האַלטן געװער, צו לערנען מלחמה, אַז עס זאָל בכלל עקסיסטירן אַן אַרמײ; װי אינעם באַקאַנטן נבֿיאישן ליד: „לא ישא גױ אל גױ חרבֿ, לא ילמדו עוד מלחמה‟ (די פֿעלקער װעלן ניט טראָגן אײנע אַנטקעגן די אַנדערע שװערדן, און מע װעט מער ניט לערנען קײן מלחמה).

די סיבה איז אַ פּשוטע, דאָס לעבן איז טײַערער פֿון אַלץ, און מע דאַרף אַלץ טאָן, כּדי אױפֿצוהאַלטן און פֿאַרזיכערן דאָס לעבן. דאָס איז דער ייִדישער װעג. דאָס איז די הלכה. דאָס איז דער אמתער „אַהבֿת־חינם‟. דאָס לערנט מען אונדז נאָך פֿון קינדװײַז אָן, און אַזױ לערנען מיר אונדזערע קינדער (און אפֿשר דערפֿאַר איז פֿאַראַן אַזאַ הױכער פּראָצענט פֿון ייִדן דאָקטױרים).

װאָס טוט מען, אָבער, ווען עס זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס זײער ציל, זײער פֿולע מי און כּוח װערט אַרײַנגעטאָן אין אומברענגען, פֿאַרטיליקן, צעשטערן, און טעראָריזירן? אַז זײער לעבנס־װעג גייט אָן, ניט מער און ניט װײניקער, לױט דעם מאָטאָ „שׂינאת־חינם‟? ניטאָ קײן ברירה, און מע מוז זיך קעגנשטעלן.

דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט פֿאַרשטאַנען במשך פֿון די 2000 יאָר אין גלות, אַז די װעלט פֿירט זיך ניט לױט דעם ייִדישן נוסח „אַהבֿת־חינם‟, נאָר פֿאַרקערט. אין מדינת־ישׂראל איז דעריבער אײַנגעפֿירט געװאָרן, אַז די סאָלדאַטן, װאָס לערנען טאַקע צו הרגענען (דאָס איז דאָך די טבֿע און פֿליכט פֿון אַן אַרמײ), זאָלן קודם־כּל אָננעמען די כּללים פֿון פֿאַרטײדיקונג, און דערפֿאַר הײסט טאַקע די ישׂראל־אַרמײ, צבא הגנה לישראל (צה”ל) — די ישׂראלדיקע פֿאַרטײדיקונגס־אַרמײ.

דער הױכער ניװאָ פֿון עטיק און מאָראַלישקײט אין צה”ל איז ניט אַלעמען באַקאַנט. עס האָט לעצטנס גערעדט װעגן דעם אַן עקספּערט פֿון דער ישׂראל־אַרמײ. עס איז כּדאַי פֿאַר די, וואָס װײסן ניט, זיך צו באַקענען מיט דעם, װי אַזוי מע זאָרגט זיך ניט נאָר פֿאַר זיך אַלײן, נאָר אױך פֿאַר די אַרומיקע, די אומשולדיקע פֿון צװישן אונדזערע שׂונאים. זעט:

.

צה”ל עפֿנט שפּיטעלער פֿאַר פֿאַרװוּנדיקטע טעראָריסטן-זעלנער צי קינדער, אָדער אַנדערע געליטענע ציװילע לײַט. מיר באַזאָרגן אונדזערע שׂונאים אין עזה מיט עסן, מעדיצין און עלעקטריע. אונדזערע סאָלדאַטן, און איבערהױפּט אַטאַק-עראָפּלאַנען באַמיִען זיך מיט אַלע כּוחות (אַפֿילו עס דראָט זײער אײגן לעבן) ניט שאַטן די אומשולדיקע, װי װײַט מעגלעך.

[זעט קאָלאָנעל ריטשאַרד קעמפּ, אַ בריטישער מיליטערישער עקספּערט, װי ער קלערט אױף, אַז די ישׂראל-אַרמײ איז אפֿשר אײנע פֿון די „ציװיליזירטסטע‟ אַרמײען אין דער געשיכטע פֿון דער װעלט, לױט זײַן שטודירן די אױפֿפֿירונג, בעת אַ פֿריִערדיקער מלחמה קעגן טעראָר, חנוכּה-צײַט, 2008: https://www.facebook.com/photo.php?v=4474399069330.

דער היים-פֿראָנט (די עלטערן, משפּחות און פֿרײַנד)

מיר האָבן שטאַרק ליב אונדזערע סאָלדאַטן. יעדער אײנער פֿון זײ איז אונדז טײַער װי אַן אײגן קינד. מיר טוען אַלץ, כּדי זײ צו שטיצן און מונטערן: מיר קלײַבן פֿאַר זײ עסן און אונטערקלײדער, אין װעלכע זײ נױטיקן זיך זײער, און שיקן עס אָדער ברענגען עס ממש ביז צום פֿראָנט. צווישן די ערשטע קרבנות פֿון דער איצטיקער מלחמה קעגן „כאַמאַס‟ איז געװען דרור חנין, אַ 37־יעריקער בירגער, װאָס איז ספּעציעל צוגעפֿאָרן נאָענט צו דער פֿראַנט־ליניע, כּדי אױסצוטײלן עסן און מאָראַליש צו שטיצן די יונגע סאָלדאַטן.

ניט געקוקט אױף דער טראַגעדיע, פֿאַרנעמען זיך טאָג-טעגלעך די ייִדישע משפּחות, אַפֿילו אויב מ‘האָט נישט קײן קרובֿים צי פֿרײַנד אין אַרמײ, מיטן זאַמלען און צוגרײטן פּעקלעך לטובֿת די סאָלדאַטן. איך בין אַלײן אַן עדות אויף דעם, װי אַ ייִד איז געפֿאָרן אין דרום אָפּצופֿירן זײַן לופֿטקילער פֿאַר דעם װױלזײַן פֿון אַ צאָל סאָלדאַטן, װאָס לײַדן דאַרט פֿון די שװערע היצן.

די טײַערע סאָלדאַטן אונדזערע (סײַ בחורים און סײַ מײדלעך)

ניט נאָר בחורים, נאָר אױך מײדלעך זײַנען אַנגאַזשירט אין דער מלחמה פֿאַר דער עקסיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל. צווישן די װיכטיקסטע אױפֿגאַבעס, װאָס די ישׂראל־סאָלדאַטקעס פֿאַרנעמען זיך, איז צו זײַן אָבסערװירערינס איבער גרױסע שטחים. זײ אַרבעטן שעהען-װײַז אונטער שװערע באַדינגונגען און דורך װײַט-קוקנדיקע מכשירים סקאַנירן זײ שטחים און ספּעציפֿישע סענסיטיװע ערטער, כּדי צו דערשפּירן, צי עס דרינגען ניט אַרײַן טעראָריסטן דורכן ים צי פֿון דער יבשה.

דעמאָלט לאָזן זײ װיסן אינעם קאָמאַנדיר-צענטער, און די סאָלדאַטן אָדער אַנדערע מיטלען װערן אױסגענוצט צו נייטראַליזירן די סכּנה. אַזױ אַרום, ממש אין די ערשטע טעג פֿון דער איצטיקער אַקציע קעגן „כאַמאַס‟, האָבן אַזעלכע סאָלדאַטקעס דערשפּירט אַן אַרײַנדרינג פֿון ספּעציעלע שװער־באַװאָפֿנטע ים-קאָמאַנדאָס פֿון „כאַמאַס‟־טעראָריסטן, װאָס זײַנען אָנגעקומען אויפֿן ברעג־ים לעבן קיבוץ זיקים (דרום פֿון אַשקלון), כּדי צו באַפֿאַלן די ייִשובֿים. די װאַכקײט פֿון אונדזערע סאָלדאַטקעס האָט געראַטעװעט אַ סך מענטשן.

די בחורים אויפֿן פֿראָנט װײסן גוט אין װאָס פֿאַר אַ געפֿאַר זײ גײען. און דאָך, שטאָלץ און מיט ליבע אין האַרצן טוען זײ זײערס; זײ פֿאַרטײדיקן מיט זײער גוף די משפּחות, װאָס שטײען הינטער זײ און טוען אַלץ, כּדי אין ישׂראל זאָל זײַן שלום און רו (פּונקט פֿאַרקערט, װי מיר װײסן, פֿירט זיך אויף „כאַמאַס‟). זעט: //www.aish.com/jw/me/Who-is-Responsible-for-the-Suffering-in-Gaza.html.

אָבער אַפֿילו אין אַזאַ שווערן מצבֿ, פֿאַרלאָזט זיי נישט דאָס שפּרודלדיקע געפֿיל פֿאַר הומאָר, ווי למשל אויף אַ פֿאָטאָ פֿון אַ סאָלדאַט, װאָס האָט זײַן גוף אַרומגעבונדן מיט כּלערלײ קאָלירטע זעקעלעך מיט זיסװאַרג און קאַרטאָפֿל-טשיפּס, װאָס מענטשן האָבן צוגעשיקט. די סאָלדאַטן וויצלען זיך:

„זײ וויקלען זיך אַרום מיט אױפֿרײַס-מאַטעריאַל, און מיר — מיט דער ליבע פֿון עם-ישׂראל‟…

די מלחמה פֿון ליבע קעגן האַס

מע זאָגט, אַז דער חורבן בית־שני, איז געשען צוליב „שׂינאת־חינם‟. װען די רױמישע אַרמײ האָט אַרומגערינגלט ירושלים, דערציילט מען, אַז די ייִדן זײַנען געװען בכּוח נאָך לאַנג אױסצוהאַלטן קעגן זײ. אָבער צוליב קלײן-קעפּלדיקער שׂינאה-קינאה האָבן די ייִדן זיך געקריגט צווישן זיך, דערפֿירט צו דער צעשפּאַלטונג פֿון דעם טראַדיציאָנעלן אַחדות; און דאָס האָט געשאַפֿן אַן אָפּשװאַכונג אינעם כּוח זיך קעגנשטעלן דעם רױמישן אָנפֿאַל, און ירושלים איז געפֿאַלן, און דעם בית־המקדש איז חרובֿ געװאָרן.

דעמאָלט, נאָכן רױמישן זיג, איז עם-ישׂראל געװאָרן צעזײט און צעשפּרײט איבער דער װעלט, אָדער ווי מיר רופֿן עס — „גלות‟. דער ציל פֿון אונדזערע שׂונאים איז שטענדיק געװען, מיר זאָלן װי אַ פֿאָלק פֿאַרשװינדן. מיר האָבן זיך אָבער ניט געלאָזט, און געהאַלטן זיך אײניק בײַ אײן תּורה און בײַ אײן געדאַנק — שיבֿת־ציון, צוריקקומען אין אונדזער לאַנד, ארץ-ישׂראל.

דער ענטפֿער צו דער נײַער „שׂינאת־חינם‟ פֿון אונדזערע שׂונאים, איז „אַהבֿת־חינם‟, די אומאָפּהענגיקע ליבשאַפֿט פֿונעם פֿאָלק צו אירע ייִנגלעך און מײדלעך, און פֿאַרקערט. מיר קענען נאָר האָפֿן, אַז עס װעט װאָס גיכער מקוים ווערן דעם נבֿיא ישעיהוס חלום, ווען פֿון שװערדן וועלן אויסגעשמידט ווערן אַקער-אײַזנס, און מענטשן װעלן אױפֿהערן האַסן אײנעם דעם אַנדערן.

װי עס האָט די פּרעמיער־מיניסטאָרין גאָלדע מאיר זיך אַ מאָל אױסגעדריקט: „דער שלום װעט קומען, װען די אַראַבער װעלן ליב האָבן זײערע קינדער מער װי זײ האַסן אונדז‟.