אייראָפּעיִש אויסלייזגעלט פֿינאַנצירט „אַל־קײַדאַ‟

European Ransoms are Financing Al Qaeda

„אַל־קײַדאַ‟
Getty Images
„אַל־קײַדאַ‟

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 31, 2014, issue of August 15, 2014.

דאָס פֿאַרכאַפּן אייראָפּעער, כּדי אַרויסצופּרעסן אויסלייזגעלט, איז געוואָרן אַן אַלוועלטלעך געשעפֿט פֿאַר „אַל־קײַדאַ‟, און העלפֿט פֿינאַנצירן אירע טעראָריסטישע אָפּעראַציעס איבער דער וועלט, גיט איבער אַ שאָקירנדיקער באַריכט פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

הגם עסטרײַך, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, איטאַליע און שווייץ לייקענען, אַז זיי באַצאָלן אויסלייזגעלט, האָט אַן אויספֿאָרשונג, דורכגעפֿירט דורך דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ אַנטדעקט, אַז „אַל־קײַדאַ‟ און אירע פֿיליאַלן האָבן זינט 2008 אַרײַנבאַקומען 125 מיליאָן דאָלער פֿון אייראָפּע, צוליב די פֿאַרכאַפּונגען — און 66 מיליאָן דאָלאַר דערפֿון בלויז אינעם לעצטן יאָר.

לויט אַ צאָל אינטערוויוען מיט געוועזענע ערבֿניקעס, פֿאַרמיטלער, דיפּלאָמאַטן און רעגירונג־באַאַמטע, ווי אויך טויזנטער זײַטן פֿון געהיימע „קײַדאַ‟־דאָקומענטן, האָט די „טײַמס‟ זיך דערוווּסט, אַז די אייראָפּעיִשע רעגירונגען האָבן איבערגעפֿירט דאָס געלט דורך אַ בימקום־פֿאָנד, פֿאַרמאַסקירנדיק עס ווי „שטיצע פֿאַר אַנטוויקלענדיקע לענדער‟.

אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט „אַל־קײַדאַ‟ באַקומען ס׳רובֿ פֿון אירע געלטער דורך מנדבֿים מיט טיפֿע קעשענעס, אָבער די קאָנטער־טעראָריזם־באַאַמטע האַלטן איצט, אַז די גרופּע פֿינאַנצירט ס׳רובֿ פֿון אירע אַגיטאַציע־קאַמפּאַניעס, טרענירונג און וואָפֿן־מסחר, דורכן אויסלייזגעלט פֿון באַפֿרײַען אייראָפּעיִשע ערבֿניקעס.

דערצו האַלט דאָס געשעפֿט אין איין וואַקסן. אין 2003 האָבן די פֿאַרכאַפּער באַקומען בערך $200,000 פֿאַר יעדן לעבעדיקן משכּון, אָבער איצט קריגן זיי כּמעט 10 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר יעדן מענטש.

„די אייראָפּעיִשע פּאָליטיק איז אין גאַנצן אַ היפּאָקריטישע,‟ האָט באַמערקט וויקי האָדלסטאָן, אַ געוועזענע הויכע באַאַמטע אינעם אַמעריקאַנער שוץ־דעפּאַרטאַמענט. „די לענדער באַצאָלן אויסלייזגעלט, אָבער דערנאָך לייקענען עס. די סכּנה דערפֿון איז נישט בלויז, וואָס עס פֿאַרשטאַרקט די טעראָריסטישע באַוועגונג, אָבער אויך אַז עס מאַכט אַלע אונדזערע בירגער פֿאַר מעגלעכע ערבֿניקעס.‟

בלויז אַ קליינע צאָל לענדער זאָגן זיך אָפּ פֿון באַצאָלן אויסלייזגעלט, צווישן זיי — די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד.