דינסטיק האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ אַנאָנסירט נײַע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, ווי אַ שטראָף פֿאַר רוסלאַנדס אַגרעסיע קעגן אוקראַיִנע, דהײַנו, דאָס אַראָפּשיסן דעם מאַלײַזישן עראָפּלאַן דעם 17טן יולי, און דאָס ווײַטערדיקע שטיצן די רוסישע רעבעלן אין מיזרח־אוקראַיִנע. די סאַנקציעס, קאָאָרדינירט פֿון אַמעריקע, צוזאַמען מיטן אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זײַנען געצילט קעגן אַ צאָל מלוכישע בענק, ווי אויך קעגן געוויסע רוסישע ענערגיע־ און מיליטערישע פֿירמעס.
דער פֿאַקט, אַז אייראָפּע, וואָס האָט אַ סך אַ גרעסערן חלק אין דער רוסישער עקאָנאָמיע ווי אַמעריקע, איז אויך אײַנגעגאַנגען אויף די סאַנקציעס, איז אַ סימן, אַז עס האָט געפּלאַצט דאָס געדולד פֿאַר פּוטינען, וואָס, ניט געקוקט אויף זײַנע שיינע רייד, זאַמלט ער אָן אַ סך מיליטער אויף דער אוקראַיִנער גרענעץ און ליווערט ווײַטער איבער פֿאַר די רעבעלן שווער געווער.
5 פֿון די 6 גרעסטע מלוכישע בענק אין רוסלאַנד לײַדן שוין פֿון די סאַנקציעס, אַרײַנגערעכנט דער „באַנק פֿון מאָסקווע‟ און דער „רוסישער אַגראַרישער באַנק‟. אויך אַזעלכע פֿירמעס, ווי די „פֿאַראייניקטע שיפֿבויער־קאָרפּאָראַציע‟, וואָס דער אַמעריקאַנער קאָמערץ־דעפּאַרטאַמענט באַצייכנט זי ווי אַ פֿירמע פֿאַר מיליטערישער טעכנאָלאָגיע, וועלן מער ניט קענען האַנדלען מיט אַמעריקע.
„פֿאַרשטייט זיך, אַז, סוף־כּל־סוף, קענען מיר ניט צווינגען פּוטינען קלאָרער צו זען די סיטואַציע‟, האָט אָבאַמאַ באַמערקט. „דאָס דאַרף פּרעזידענט פּוטין טאָן פֿאַר זיך אַליין‟.
צו די אַלע צרות מיט אוקראַיִנע איז איצט צוגעקומען נאָך אַן ענין: די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט געמאָלדן, אַז רוסלאַנד האָט עובֿר געווען אויפֿן אָמפּאַך פֿון 1988 וועגן נוקלעאַרע ראַקעטן, וואָס קענען נאָר פֿליִען פֿון איין טייל אייראָפּע צו אַ צווייטן. ווײַזט זיך אַרויס, אַז רוסלאַנד פֿירט דורך טעסטן מיט אַזעלכע ראַקעטן שוין עטלעכע יאָר, און די רוסישע רעגירונג פֿאַרלייקנט אַפֿילו ניט, אַז זי האָט עובֿר געווען אויפֿן אָפּמאַך; זי טענהט, אַז אַמעריקע האָט אויך עובֿר געווען אויפֿן אָפּמאַך, נאָר אויף אַן אַנדער אופֿן.
אַזוי אָדער אַנדערש, זאָגן די אינטערנאַציאָנאַלע עקספּערטן, אַז די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד זײַנען ניט געווען אַזוי שלעכט ווי איצט זינט דער קאַלטער מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.