אַז מע קערט זיך אום פֿון וואַרשע נאָך אַ וויזיט, איז אַלע מאָל דאָ וועגן וואָס צו טראַכטן. ס’איז שווער צו זען די נעמען פֿון די גאַסן און נישט דערמאָנען זיך אין די ווערק אויף מאַמע־לשון, פֿאַרבונדן פּוילן בכלל און וואַרשע בפֿרט.
אין וואַרשע בין איך צום צווייטן מאָל געווען אַ לערער אינעם ייִדישן זומערקורס, דאָס מאָל — אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט (ס’פֿריִערדיקע מאָל איז עס פֿאָרגעקומען מחוץ דער שטאָט). לכּבֿוד דער געלעגנהייט, האָבן מיר מיט די סטודענטן געלייענט פּרצן, באַשעוויסן, צייטלינען, דעם טונקעלן, וואָס זיי האָבן אַלע געוווינט אין וואַרשע, און ב. ייִאושזאָן, אַ געבוירענער אין וואַרשע.
דאָס ערשטע ווערק איז געווען באַשעוויסעס ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט“, וואָס ער הייבט זיך אָן מיט ר’ משולם מושקאַטס אומקערן זיך קיין וואַרשע מיט זײַן דריט ווײַב און שטיפֿטאָכטער. דאָ אַנטפּלעקט דער שרײַבער זײַן גרויסע דערציילערישע קונסט, איבערגעבנדיק אַזוי פֿיל פּרטים בײַם שילדערן די גאַס, אַז מיר זעען עס ממש פֿאַר די אויגן:
לייבל דער בעל־עגלה איז אַרויסגעפֿאָרן צום ווינער וואָקזאַל מיט דער קאָטש און אָפּגעוואַרט דעם באַלעבאָס… דער וועג פֿון וויעלקע צום גזשיבאָוו איז געווען פֿאַרשפּאַרט מיט וועגענער פֿון פֿײַער־לעשער און מ’האָט געמוזט פֿאָרן מיט דער מאַרשאַלקאָווסקע און דער קרולעווסקע… אַלץ איז ר’ משולמען דאָ געווען היימיש: די הויכע הײַזער מיט די טיפֿע טויערן; די געשעפֿטן מיט די העל באַלויכטענע שויפֿענצטער; דער רוסישער פּאָליציאַנט וואָס איז געשטאַנען אין מיטן גאַס, צווישן די צוויי שורות רעלסן; דער זאַקסישער גאָרטן, וואָס פֿון איבער זײַנע אײַזערנע שטאַכעטן האָבן אַרויסגעשפּאַרט געדיכטע צווײַגן מיט בלעטער… מיט אַ מאָל האָט זיך די קאָטש אַרײַנגעדרייט אויפֿן גזשיבאָוו און אַלץ האָט זיך פֿאַרענדערט. די גאַס איז געווען פֿול מיט ייִדן אין לאַנגע קאַפּאָטעס און קליינע טוכענע היטלעך און מיט ווײַבער אין שייטלען און קאָפּקעס. אַפֿילו די ריחות זענען דאָ געווען אַנדערע. עס האָט אַ שמעק געטאָן מיט רינשטאָק, צוגעפֿוילט אויפּס, קאַלך און נאָך עפּעס זיסלעכס און פּעכיקס… ר’ משולם האָט אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער פֿון דער קאָטש און אַ זאָג געטאָן צו זיך אַליין און צום ווײַב:
„ארץ־ישׂראל, הע?“
פֿאַרשטייט זיך, אַז אין די איבער הונדערט יאָר זינט ס’האָט זיך אָפּגעשפּילט די דאָזיקע מעשׂה, איז וואַרשע געוואָרן אין גאַנצן אַן אַנדער שטאָט. אַפֿילו דער ווינער וואָקזאַל איז מער נישטאָ, אָבער זײַן אָרט האָבן פֿאַרנומען דער צענטראַלער וואָקזאַל און דער „צענטער־שטאָטישער“, וואָס פֿון אים פֿאָרן אַרויס באַנען אין דער פֿאָרשטאָט. די מאַרשאַלקאָווסקע און די קרולעווסקע זענען ווײַטער צווישן די וויכטיקסטע און געפּאַקטסטע גאַסן; אונטער דער מאַרשאַלקאָווסקע פֿאָרט הײַנט די ערשטע ליניע פֿונעם מעטראָ, און די קרולעווסקע איז היפּש פֿאַרשטאָפּט, ווײַל לעבן איר בויט מען די צווייטע מעטראָ־ליניע. אויפֿן גזשיבאָוו (מלוכישער נאָמען: Plac Grzybowski, אויפֿן נאָמען פֿונעם פּריץ, וואָס איז אַ מאָל געווען דער באַלעבאָס פֿון דער געגנט) געפֿינט מען דעם ייִדישן טעאַטער, וווּ מע האָט פֿאַר די סטודענטן און לערערס דורכגעפֿירט אַ קבלת־פּנים, און די נאָזשיק־שיל, וווּ מע האָט אָפּגעריכט אַ הזכּרה נאָך די אומגעקומענע ישׂראלדיקע יונגע־לײַט סוף יוני.
הײַנט אַהרן צייטלינס „מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש“, וווּ דער וואַרשעווער־אָפּשטאַמיקער ניו־יאָרקער צעזינגט זיך וועגן זײַן היימשטאָט:
עך, וואַרשע
מאָרענאָוו, באָניפֿראַטן
דער פּאַוויאַק מיט די גראַטן
נאַלעווקעס, פֿראַנצישקאַנער
איטשע־מאיר פּריוועס
זשעלאַזנע בראַמע
אַ וואַרשעווער האָט געגליכן זײַן שטאָט
ווי אַן אייגענע מאַמע.
אין חלום זע איך נאָך דעם גזשיבאָוו אַ מאָל,
איך גיי מיר אַהער, איך גיי מיר אַהין
און אַ מאָל בלאָנדזשע איך קיין מאָנקעטאָוו
וווּ די וועלט איז גרין.
דאַכט זיך, אַז אין ערגעץ וועט מען נישט געפֿינען קיין שענער לויבגעזאַנג צו דער שטאָט — די ייִדישע נעמען פֿון די גאַסן און געגנטן מיט זייערע גראַמען האָבן אַן אייגענעם ניגון. אויב מע קוקט אויף אַ הײַנטיקער מאַפּע וועט מען דערקענען ס’רובֿ דאָ דערמאָנטע נעמען. אפֿשר וועט מען זיך, אָבער, פֿאַרהאַקן בײַ „מאָנקעטאָוו“, ס’פּוילישע Mokotów. בײַם הײַנטיקן טאָג קען מען צופֿאָרן מיטן מעטראָ און אַרויסגיין אויף דער סטאַנציע Pole Mokotowskie ‘מאָנקעטאָווער פֿעלדער’, וואָס זענען מיט הונדערט יאָר קריק געווען אָפֿן פֿאַר אַלעמען, אַנדערש פֿון די שטאָטישע פּאַרקן. דאָרטן האָט אַ ייִד געקענט פֿראַנק־און־פֿרײַ זען „וווּ די וועלט איז גרין“.
אַפֿילו פֿאַר קריסטלעכע נעמען האָבן זיך וואַרשעווער ייִדן נישט אָפּגעשטעלט: „פֿראַנצישקאַנער“ איז דאָך Franciszkańska, „באָניפֿראַטן“ איז Bonifraterska; די שווענטאָיערסקע גאַס, וווּ דער גרויסער גנבֿ האַרשל, פֿונעם ליד „האַרשל, וווּ גייסטו, האַרשל, וווּ שטייסטו?“, האָט גענומען פּראָצענט, איז Świętojerska, דאָס ענגלישע Saint George. אַפֿילו דאָָס שטעטל גער, נישט ווײַט פֿון וואַרשע, וווּ ס’האָט געהאַט זײַן הויף דער גרעסטער פֿאַרמלחמהדיקער רבי, דער גערער, איז Góra Kalwaria, נאָכן ירושלימער „הוילן באַרג“ (אָדער: „שאַרבנבאַרג“) וווּ דער אותו־האיש איז אפֿשר געקרייציקט געוואָרן.
און אַז מע לייענט אַן אַנדער וואַרשעווער־געבוירענעם, דעם היסטאָריקער יעקבֿ שאַצקי, דערוויסט מען זיך פֿון זײַן „געשיכטע פֿון ייִדן אין וואַרשע“ דעם אָפּשטאַם פֿון דער צענטראַלסטער גאַס אין דער שטאָט, Aleje Jerozolimskie ‘ירושלימער אַלעע’. ווי קומט ירושלים צו וואַרשע? גאַנץ פּשוט: די געגנט האָט מען אויפֿגעבויט ווי אַ ייִדיש שטעטל אין דער צײַט, ווען ייִדן האָבן נישט געטאָרט וווינען אין וואַרשע גופֿא, האָט מען איר אַ נאָמען געגעבן Nowa Jerozolima ‘נײַ־ירושלים’. ווען די געגנט איז אײַנגעגלידערט געוואָרן אין וואַרשע, איז דער נאָמען ירושלים אַריבער צו דער אַלעע.
אַ כּלל, נישט־געקוקט דערויף, וואָס וואַרשע איז שוין לאַנג נישט דאָס וואָס אַ מאָל, קען מען זיך פֿאָרט דערגרונטעווען צון איר געשיכטע, און דאָס — אַ דאַנק מאַמע־לשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.