ווי אַ קינד פֿון ייִדיש־רעדנדיקע הינדל־פֿאַרמער אין ניו־דזשערזי אין די 1950ער יאָרן, האָט דער קינסטלער אַלען הירש כּמעט גאָרנישט געוווּסט וועגן דער ייִדישער אמונה.
„מײַן משפּחה האָט געהערט צום לינקן פּועלי־ציון, אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון זײַנע שכנים,‟ האָט ער געזאָגט. דער טאַטע האָט באַזוכט ישׂראל עטלעכע מאָל בעת דעם סועץ־קריזיס, כּדי צו העלפֿן אויפֿצובויען די נײַע הינדל־אינדוסטריע אין קיבוץ גשר הזיבֿ אין צפֿון־ישׂראל, האָט הירש דערקלערט.
אָבער בעת זײַנע שטודיעס ווי אַ גראַדויִר־סטודענט פֿון געוויקסן־פֿיזיאָלאָגיע אינעם מערילאַנדער אוניווערסיטעט, האָט הירש אָנגעהויבן גיין אויף זײַן אייגענעם דרך. ער האָט זיך געלערנט ייִדישן מיסטיציזם, עס קאָמבינירט מיט זײַן אינטערעס צו מאַטעמאַטיק און עקזאָטישע געוויקסן, און אָנגעהויבן שאַפֿן דיגיטאַלישע קונסט דערפֿון. הײַנט רופֿט ער זיך אַן „אַבסטראַקטער גערטנער‟, און די „פֿאַונדרי־גאַלעריע‟ אין וואַשינגטאָן האָט לעצטנס געהאַט אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק.
„איך האָב אָנגעהויבן עקספּערימענטירן מיט עקזאָטישע געוויקסן, ווען איך בין געווען 12 יאָר אַלט,‟ האָט ער געזאָגט. זײַנע עלטערן, וועלכע זענען געווען צווישן די ערשטע צו אימפּאָרטירן קאַליפֿאָרניער געוויקסן אין די מיזרח־שטאַטן, האָבן אים באַזאָרגט מיט וווּנדערלעכע מוסטערן: קאַקטוסן, עקאַליפּטוס, מעקסיקאַנער מאַראַנצן, און אַנדערע.
הירש שאַפֿט זײַנע דיגיטאַלישע אימאַזשן, ניצנדיק מאַטעמאַטישע פֿאָרמלען. „איך האַלט, אַז דיגיטאַלישע קונסט רעפּרעזענטירט אַן אַנדער מין מאָלערײַ,‟ שרײַבט ער אויף זײַן וועבזײַט //theabstractgardener.com/about. „אַנשטאָט אַ פּענדזל, פֿאַרב און לײַוונט, ניצט דער דיגיטאַלישער קינסטלער דאָס ווירטועלע געשטעל פֿונעם עקראַן און אַלע מיטלען פֿון די וויזועלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען Photoshop און Painter, צונויפֿצושטעלן דעם אימאַזש, וואָס שווימט אַרויס פֿון זײַן פֿאַנטאַזיע.‟
בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, האָט הירש דערקלערט, אַז אַ סך מענטשן מיינען, אַז ס׳איז גרינגער צו שאַפֿן דיגיטאַלישע קונסט ווי „פֿײַנע‟ קונסט, אָבער דאָס שטאַמט פֿונעם „פֿאַרשפּרייטן ביטול‟ צו פֿאָטאָגראַפֿיע בכלל ווי אַ קונסט־פֿאָרם. ער האַלט אָבער, אַז די קונסטוועלט איז לעצטנס געוואָרן מער בייגעוודיק, זינט טראַדיציאָנעלע קינסטלער האָבן אָנגעהויבן אויספֿאָרשן מולטי־מעדיאַ מיטלען פֿאַר זייערע ווערק.
הירש האַלט, אַז זײַן קונסט איז שטאַרק באַווירקט פֿון דער קבלה און ייִדישן מיסטיציזם. „מע זאָגט, אַז אין דער תּורה ליגן באַהאַלטן אָן אַ שיעור שיכטן פֿון באַטײַטן… און ווען מע ברייטערט אויס יעדן ייִדישן אות, און מע טוט עס נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל, קען אַרויסקומען דערפֿון אַ נײַע קאָסמישע רעוועלאַציע…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.