דאָס געבוירן פֿון אונדזער קינד רוקט זיך אָן זייער גיך. יענע וואָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער שטאַפּל בײַ אונדז: דער צוגרייט-קורס פֿאַר די צוקונפֿטיקע טאַטע-מאַמע, וואָס מיר האָבן אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקט צו דער ערשטער לעקציע.
שבֿע, וואָס האָט געטאָפּטשעט מיט גבֿורה דעם גאַנצן וועג אַהין, האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף די שמאָלע טרעפּ, וועלכע האָבן געפֿירט אין אַ פֿאַרפּוצטן קעלער. אונטער דער ערד איז רויִקער, האָב איך זיך געטרייסט, אויב די ראַקעטן וועלן ווידער נעמען פֿאַלן, וועט מען נישט דאַרפֿן לויפֿן אַרויף, פֿאָרט אין די הויכע חדשים?..
אין דעם שיינעם קעלער זענען שוין געזעסן עטלעכע פּאָרלעך, אַרומגעלייגט מיט גרויסע קישנס, אײַנגעאָרדנט אין אַ קרײַז: די פֿרויען צוויי מאָל מער, ווי די מענער. די „לערערין‟, אַ לעבעדיקע קליינטשיקע פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ ראָזעוון לײַבל און אַ פּאָר דזשינס, האָט געקוקט אומגעדולדיק אויפֿן זייגער, און לסוף זיך מישבֿ געווען, געטאָן אַ קלאַפּ מיט די הענט און געזאָגט, אַז זי הייבט אָן די לעקציע. אָבער די ערשטע ווערטער זענען נישט געווען וועגן געבוירן, נאָר וועגן ראַקעטן:
“פֿריִער וויל איך איר זאָלט וויסן, אַז אין פֿאַל פֿון אַן אַלאַרעם, דאַרף מען אין ערגעץ נישט לויפֿן. און נאָך: טוט מיר אַ טובֿה און דערווײַטערט זיך פֿון די פֿענצטער. קיינער זאָל, חס־ושלום, נישט קריגן אַ שטיק גלאָז אין קאָפּ‟.
זי האָט אונדז געבעטן זיך פֿאָרשטעלן. די אָנטיילנעמער, יעדער אין זײַן ריי, האָבן דערציילט וועגן זיך — ווער קורץ (די מענער, חוץ מיר), און ווער באַריכות, און באַפֿעפֿערט מיט אַלערליי פּרטים, נישט געקוקט אויף דער בפֿירושדיקער בקשה דאָס צו מאַכן בקיצור.
צווישן די פּאָרלעך זענען געווען צוויי פֿרויען, וואָס זענען געקומען אין איינעם. ניין, זי זענען נישט געווען אַ פּאָר, נאָר צוויי שוועסטער. די שוועסטער מיטן שטאַרצנדיקן, שפּיציקן בויך האָט אונדז דערציילט, אַז איר מאַן איז איצט אין „מילואים‟ — ער דינט אין עזה.
דערנאָך האָט די לערערין אונדז געגעבן אַ ביסל צו פֿאַרשטיין וועגן „היפּנאָ־געבורט‟ [hypno-birthing], אויסגערעכנט די הויפּט־טעמים און געדאַנקען פֿון דער שיטה, און געוויזן אויף איר „לעפּטאָפּ‟ אַ פֿילם, וווּ די גאַנצע זאַך האָט דערקלערט אַ טרוקענע אַמעריקאַנערין. מײַן פּלוניתטע האָט מיר שטיל דערקלערט, אַז דאָס רעדט די גרינדערין פֿון דער דאָזיקער שיטה. די גרינדערין האָט גערעדט פּאַוואָליע און אַ ביסל קינסטלעך, ווי מע רעדט צו אָפּגעשטאַנענע. יעדע צוויי זאַצן האָט זי דערמאָנט די צוהערער, אַז דער הויפּט־געדאַנק איז צו האָבן אַ „סעיף ענד קאָמפֿטאַבל‟־געבוירן — „זיכער און באַקוועם‟. אירע ווערטער האָבן געקלונגען ווי אַרויסגערעדט פֿון אַ סאַטעליט, וואָס האָט אָנגעוווירן יעדן קאָנטאַקט מיט דעם ערדקויל. אַ מזל נאָך, וואָס זי האָט נישט גערעדט וועגן שלום.
עס זיצן יונגע פּאָרלעך אין אַ באַשיצטן קעלער, אונטער דער דראָונג פֿון ראַקעטן, און זי פּלאַפּלט דאָרט וועגן „זיכער און באַקוועם‟.
אַן ערך אַ שעה שפּעטער האָט דער קלאַס איבערגעחזרט די דערקלערונגען פֿון דער לערערין, וואָס האָט אונדז געלערנט, ווי צו אָטעמען, כּדי זיך צו באַרויִקן, דהײַנו: מע אָטעמט אײַן, און מע ציילט ביז פֿיר, און נאָך דעם לאָזט מען אַרויס די לופֿט דורך די נאָזלעכער, בשעת מע ציילט ביז אַכט. די לערערין האָט אונטערגעשטראָכן, אַז דאָס אָטעמען אַזוי, טויג נישט ניט בלויז בשעתן גיין צו קינד, נאָר אויך אין אַלגעמיין.
די סירענע האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם צימער און איבערגעשלאָגן די אָטעמען-געניטונג. דעם עולם האָט, אין איין אויגנבליק פֿאַרגעסן אינעם אָטעמען, און זיך געכאַפּט פֿאַר די „סמאַרטפֿאָנס‟, מודיע צו זײַן די משפּחה און פֿרײַנט, אַז זיי געפֿינען זיך אין אַ פֿאַרזיכערט אָרט, און אַז אַלץ איז „בסדר‟, אַזוי צו זאָגן. אויב עמעצער קען בכלל אָפּזוכן אַ „סדר‟, אין אונדזער איצטיקן לעבן.
מיר האָבן נישט געדאַרפֿט וואַרטן לאַנג אויף געסט; עטלעכע שכנות זענען אַרײַנגעקומען אין קעלער: דרײַ פֿרויען אין די זעכציקער, אַ ייִנגערע, לײַביקע און הויכע פֿרוי מיט זון-ברילן, וואָס האָבן איר פֿאַרשטעלן אַ העלפֿט פֿונעם פּנים, מיט אַ נערוועז הינטעלע אויף די הענט.
זיי האָבן זיך אַנטשולדיקט, וואָס זיי שטערן אין מיטן דער לעקציע, און געוווּנטשן אָ לײַכט טראָגן. עטלעכע מינוט נאָך דעם וואָס די סירענע איז פֿאַרשטומט געוואָרן, האָבן זיי זיך געזעגנט מיט נאָך אַ וווּנטש: „הלוואַי, אַז איוודע וואָך זאָל זײַן שטילער‟.
די לערערין האָט באַשלאָסן צו מאַכן אַ הפֿסקהלע. מענטשן זענען צוגעגאַנגען צו דעם קליינעם קאַווע־בופֿעט, וווּ עס איז געשטאַנען אָ סאַמאָוואַר און אַ קעזקוכן. שבֿע האָט זיך געמאַכט אַ גלאָז קאַווע, און מיר האָבן ביידע געזופּט דערפֿון. בשעת זי האָט געקײַט אַ שטיקל קוכן, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז איינס פֿון די הויפּט־פּרינציפּן פֿון „היפּנאָ־געבורט‟ איז צו עסן צו זאַט, כּדי דער קערפּער זאָל זײַן געזינטער, ווי מעגלעך, פֿאַרן געבוירן. שבֿע האָט אַ הייב געטאָן די אַקסלען, וואָס האָט געזאָלט הייסן: „די טראָגעדיקע פֿרויען אין אַמעריקע האָבן נישט גענוג שׂונאים, טראַכטן זיי זיך אויס אייגענע פֿײַנט — דאָקטוירים, געבוירן־שיטות‟…
און אָט, אויך דאָס שרײַבן פֿון דעם אַרטיקל איז איבערגעריסן געוואָרן דורך אַן אַלאַרעם; איך האָב זיך אָפּגעשטעלט נאָך דעם פֿריִערדיקן זאַץ און אַ טראַכט געטאָן, ווי אַזוי צו ציִען ווײַטער דעם פֿאָדעם? מיט אַ מאָל האָבן די סירענעס גענומען וואָיען.
שבֿע האָט מיך גערופֿן: „הערסט נישט דעם אַלאַרעם?!‟ — אָנגעטאָן אַ כאַלאַט, האָט זי געכאַפּט דעם טעלער מיט דער האַלב-געגעסענער וועטשערע: אַ פּענעץ ברויט, אָנגעשמירט מיט אײַנגעמאַכטס. איך האָב געעפֿנט די טיר, מיר האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט איין שטאָק און זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ שטויביקער טרעפּ.
איך האָב אָנגעקלונגען דער משפּחה זיי געבן צו וויסן, אַז מיר זיצן אויף די טרעפּ: שבֿע קײַט איר וועטשערע, און איך טראַכט ווי צו פֿאַרענדיקן דעם אַרטיקל פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟.
איך וועל אים שליסן טאַקע מיטן וווּנטש, ווי יענע פֿרויען האָבן עס געזאָגט: „זאָל שוין די אַנדערע וואָך זײַן שטילער…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.