דער פֿאָרשערישער מעטאָד פֿון מיקראָ־געשיכטע דערמעגלעכט אַרײַנצוקוקן אינעם טאָג־געגלעכן לעבן פֿון יחידים אין די פֿאַרגאַנגענע צײַטן. אַזאַ מין צוגאַנג װערט געלונגען, װען די פּרטים פֿונעם אַמאָליקן לעבנס־שטײגער װערן אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם ברײטערן היסטאָרישן בילד. די דאָזיקע אױפֿגאַבע האָט פֿאַר זיך געשטעלט די היסטאָריקערין קאַרען אַוערבאַך, װען זי האָט זיך גענומען פֿאָרשן די געשיכטע פֿון ייִדישע משפּחות אינעם הױז נומער 16 אױף אַלײ אויאַזדאָװסקי־גאַס, אין װאַרשע.
נומער 16 איז געװען ניט סתּם אַ הױז, און אַלײ אויאַזדאָװסקי איז ניט סתּם אַ גאַס. דװקא דאָ האָבן זיך נאָך דער מלחמה באַזעצט עטלעכע ייִדישע משפּחות, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, װער אין דער אונטערערדישער באַוועגונג, װער אין דער רױטער אַרמײ, װער אין דער סאָװעטישער עװאַקואַציע, און װער אין די סאָװעטישע תּפֿיסות. זײ האָבן געגלייבט אינעם קאָמוניסטישן חלום און געהאַלטן פּױלן פֿאַר זײער הײמלאַנד, און דערצו זײַנען זײ געװען אינטעליגענט און געבילדעט. די נײַע קאָמוניסטישע מאַכט האָט זײ פֿאַרטרױט די װיכטיקע אַרבעט פֿון אױפֿבױען אַ נײַע סאָציאַליסטישע פּױלישע קולטור. זײ האָבן באַקומען דירות אין דעם הויז אױף אײנעם פֿון די סאַמע עלעגאַנטע װאַרשעװער פּראָספּעקטן, װײַל זײ האָבן געאַרבעט אינעם פֿאַרלאַג „בוך און װיסן‟, װאָס האָט געדרוקט בעלעטריסטיק, װיסנשאַפֿטלעכע און אידעאָלאָגישע ליטעראַטור.
די צענטראַלע העלדן פֿונעם בוך געהערן צו עטלעכע משפּחות. אַוערבאַך בױט איר דערצײלונג אױף דעם קאָנטראַסט צװישן צװײ דורות. די עלטערן זײַנען געװאָרן געטרײַע קאָמוניסטן פֿאַר דער מלחמה, אָבער זײערע קינדער זײַנען בהדרגה געװאָרן סקעפּטיקער און דיסידענטן. די עלטערן האָבן פֿאַרלאָזט ייִדישקײט, אָבער די קינדער האָבן געזוכט די װעגן צוריק צו דער ייִדישער קולטור. נאָך דער מלחמה האָבן די ייִדן פֿאַרנומען אַ ספּעציעל אָרט אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. הגם אַרום דרײַ הונדערט טױזנט פּױלישע ייִדן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, לרובֿ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט בלױז אַ קליינע צאָל באַשלאָסן צו בלײַבן אין פּױלן. דאָס האָט געשאַפֿן אַ מערקװירדיקע סיטואַציע אין װאַרשע. יענע ייִדן, װאָס האָבן געלעבט אין דער הױפּשטאָט און פֿאַרנומען חשובֿע פּאָזיציעס אױף דער מלוכישער דינסט, זײַנען געװען די סאַמע אַסימילירטע. זײ האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאַקן און װײַט פֿון װאָסער ניט איז ייִדישקײט. דערפֿאַר האָט דװקא װאַרשע ניט געהאַט קײן ייִדישע שול, כאָטש אין אַנדערע שטעט, אַזעלכע װי לאָדזש, ברעסלע, קראָקע, װוּ ייִדן זײַנען געװען מער ייִדישלעך, האָט די רעגירונג יאָ דערלױב צו עפֿענען ייִדישע שולן אין די 1950ער יאָרן.
אַזױ אַרום איז דער ייִנגערער דור פֿון דער פּױליש־ייִדישער אינטעליגענץ אונטערגעװאַקסן, ניט האָבנדיק קײן אַנונג פֿון ייִדישקײט. זײ זײַנען געװען פּאָליאַקן לױט דער שפּראַך, קולטור, נאַציאָנאַליטעט, אָבער זײ זײַנען ניט געװען קײן קריסטן. דאָס האָט זײ געמאַכט אַנדערש פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, װאָס האָט זיך געהאַלטן בײַ דער קאַטױלישער אמונה, ניט געקוקט אױף דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. אין די 1960ער יאָרן, בעת דער קורצער ליבעראַלער „אָדליגע‟ אינעם סאָװעטישן בלאָק, זײַנען די קינדער פֿון די אַלטע ייִדישע קאָמוניסטן געװאָרן אַקטיװ אין דער דיסידענטישער באַװעגונג. צו יענער צײַט האָבן זײערע עלטערן אױך באַקומען געװיסע ספֿקות מכּוח דעם „רעאַלן‟ סאָציאַליזם, בפֿרט אַז די קאָמוניסטישע מלוכה האָט אָנגעהױבן אױסצונוצן אַנטיסעמיטישע געפֿילן אין דער געזעלשאַפֿט.
דער הויך־פּונקט פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס איז געקומען אין 1967–1968. די פּױלישע ייִדן האָבן אַרױסגעװיזן זײערע סימפּאַטיעס צו מדינת־ישׂראל בעת דער מלחמה, אָבער די אָפֿיציעלע פּאָזיציע פֿון פּױלן איז דיקטירט געװאָרן דורך סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די קאָמוניסטישע מאַכט האָט באַשלאָסן אױסצונוצן דעם פּאַסיקן מאָמענט און באַזײַטיקן די ייִדן פֿון וויכטיקע פּאָזיציעס. ייִדן זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿאַר די סטודענטישע פּראָטעסטן אין 1968. צװישן אַנדערע מאָסנאַמען האָט די רעגירונג אױפֿגעהערט צו אָנערקענען ייִדיש, װי אַ פּױלישע מינאָריטעט־שפּראַך און געפֿאָדערט, מען זאָל צושטעלן פֿאַר דער צענזור אַלע ייִדישע מאַטעריאַלן אין דער פּױלישער איבערזעצונג. די דאָזיקע רדיפֿות האָבן גורם געװען אַן עמיגראַציע־כװאַליע פֿון ייִדן, װאָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאַקן.
די פֿאַרבליבענע ייִדן האָבן שױן מער ניט געהאַט קײן אילוזיעס װעגן דער ייִדישער צוקונפֿט אין פּױלן. דער באַשלוס צו פֿאַרבינדן זײער גורל מיטן נײַעם סאָציאַליסטישן פּױלן, איז געװען ניט נאָר זייער פּאָליטישער, אָבער אױך פּערזענלעכער באַשלוס. זײער גלױבן אין סאָציאַליזם האָט זײ געהאָלפֿן, האַלט אַוערבאַך, צו געפֿינען אַ פּשרה צװישן דעם ייִדישן און דעם פּױלישן חלק פֿון זײער אײגענער אידענטיטעט. דאָס יאָר 1968 איז געװאָרן דער סוף פֿון דעם אײגנאַרטיקן פּראָיעקט פֿון אױפֿבױען אַ נײַע װעלטלעכע ייִדישע קולטור אין סאָציאַליסטישן פּױלן, װאָס דער ייִדישער זשורנאַליסט און כּלל־טוער דוד ספֿאַרד האָט אָנגערופֿן „נוסח־פּױלן‟.
דער קערן פֿונעם בוך זײַנען די פּערזענלעכע געשיכטעס, װאָס אַוערבאַך רעקאָנסטרויִרט אױפֿן סמך פֿון אינטערװיוען, זכרונות, בריװ און אָפֿיציעלע דאָקומענטן. מען זעט די אַלגעמײנע געשיכטע דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון עטלעכע דראַמאַטישע ביאָגראַפֿיעס. די דערצײלונג װערט מער געשפּאַנט און לעבעדיק װען די האַנדלונג דערנענטערט זיך צו די 1960ער יאָרן. מיר הערן שטימען פֿון מענטשן, װעלכע זײַנען געװען יונג און אַקטיװ פֿאַרטאָן אינעם עפֿנטלעכן קאַמף פֿאַר רעפֿאָרמירן סאָציאַליזם. אײניקע פֿון זיי, װי אָדם מיכניק, זײַנען שפּעטער געװאָרן פּראָמינענטע פֿיגורן אין דער „סאָלידאַרנאָסט‟–באַװעגונג. אַנדערע, װי אַלכּסנדר סמאָליאַר, האָבן עמיגרירט, אָבער פֿאַרבליבן פֿאַרטאָן אינעם קאַמף קעגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים.
די טאַטעס פֿון די נײַע דיסידענטן זײַנען געװען אַלטע און געטרײַע קאָמוניסטן. אַוערבאַך פֿירט אונטער אַ ביטערן סך־הכּל: „אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָט מען געהאַלטן די ייִדן שולדיק אינעם אַרײַנברענגען קאָמוניזם קײן פּױלן. איצט האָט די מלוכה באַשולדיקט זײערע קינדער אין דער אָפּאָזיציע צו דער סיסטעם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.