ווי פֿאַרשטאַרקט מען אַ קינדס אינטערעס צו ייִדישקייט?

Keeping Kids Jewishly Connected


פֿון רייזע טורנער

Published August 03, 2014, issue of August 29, 2014.

רייזע טורנער לערנט זיך רבנות אין „היברו קאָלעדזש‟ אין באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס. זי האָט דרײַ מאָל אָנטייל גענומען אין דער זומער-פּראָגראַם בײַם ייִוואָ אויף דער אַוואַנסירטער מדרגה; ווי אויך צוויי מאָל אין דער ייִוואָ-ווינטער-פּראָגראַם אין אַשכּנזישער קולטור און געשיכטע. ייִדיש האָט זי זיך אויסגעלערנט אינעם באָסטאָנער „אַרבעטער-רינג‟. הײַיאָר איז זי איינע פֿון די סטיפּענדיאַנטן, וואָס האָבן באַקומען די איבערזעצונגס-סטיפּענדיע פֿונעם ייִדישן ביכער-צענטער. אין דער לעצטער צײַט האָט רייזע טורנער אָנגעשריבן אַ פּאָר אַרטיקלען פֿאַרן ענגלישן Forward.


איך שרײַב איצט, זײַענדיק אַ תּלמידה פֿון דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך (ווי אויך די אַנדערע תּלמידים און לערערס אין דער פּראָגראַם) לייג אַכט אויף די הײַנטיקע געשעענישן אין מדינת־ישׂראל. ווי יעדער אומגליק, מאַכט מיך דער שווערער מצבֿ דאָרט אַרײַנקלערן מערער אין מײַנע באַשלוסן; דער עיקר, צי איך לייג אַרײַן מײַן צײַט אין די ריכטיקע ענינים — סײַ פּערזענלעך, סײַ פּראָפֿעסיאָנעל?

פֿאַרשטייט זיך, קומט אַרויף די פֿראַגע: ווי אַזוי קען איך זיך פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער שפּראַך און מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע אין אַזאַ תּקופֿה? עס זײַנען דאָך דאָ אַנדערע שפּראַכן, אַנדערע טיילן געשיכטע, וואָס וואָלטן גיכער אויסגעזען רעלעוואַנט צו דער הײַנטיקער מלחמה.

וואָס שייך שפּראַכן איז עבֿרית, אַוודאי אַ ברירה, און אויך ווילט זיך מיר זייער אויסלערנען אַראַביש, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין ביידע צדדים פֿונעם קריג. וואָס שייך געשיכטע, איז דאָ אָן אַ שיעור וואָס זיך צו לערנען וועגן דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, וועגן דער געאָפּאָליטיק פֿון מיטעלן מיזרח אין אַלגעמיין, און וועגן ווי אַזוי די געשיכטע ווערט דערציילט.

איך וויל זיך טאַקע לערנען די אַלע זאַכן, און אי”ה וועל איך דאָס באַווײַזן אין משך פֿון מײַן לעבן. אָבער פֿאָרט, לערן איך זיך איצט ייִדיש. און איך בין גרייט, אויב נישט צו באַרעכטיקן, כאָטש צו דערקלערן מײַן באַשלוס: פֿאַר וואָס דווקא ייִדיש? דאָס פֿרעגט מען מיך, און אַלע ייִדיש־תּלמידים כּסדר; און איך פֿאַרמאָג שוין עטלעכע ענטפֿערס אויף דעם, נאָר איצט וועל איך פּרוּוון ענטפֿערן אויף אַ מער פּינקטלעכער פֿראַגע: פֿאַר וואָס עפּעס ייִדיש אין שײַכות מיט מדינת־ישׂראל?

זינט מײַן ערשטן אַרײַנטריט אינעם ייִדיש־תּחום האָב איך דערשפּירט, אַז עפּעס שטעקט אין דעם; אַז דורך ייִדיש וועל איך קומען צו געוויסע ענטפֿערס אויף די פּאָליטישע פֿראַגעס, וואָס האָבן מיר פֿריִער אויסגעזען ווי אוממעגלעך צו לייזן. איר זאָלט מיר נישט פֿאַרדרייען די ווערטער: איך זאָג נישט, אַז עס וועט זיך אַרויסכאַפּן אַ נס פֿון אַ פֿאַרשטויבטן קעסטל מיט ייִדישע ביכער; נאָר איך מיין פֿאָרט, אַז עפּעס שטעקט אין דעם, און איצט וועל איך פּרוּוון דערקלערן וואָס און ווי אַזוי, לויט דעם וואָס איך האָב זיך געלערנט ביז איצט.

ווען איך האָב זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך גלײַך געכאַפּט עפּעס מאָדנע וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער אידענטיטעט, וואָס איך האָב פֿריִער נישט באַמערקט. דהײַנו, אַז אין דער נישט־אָרטאָדאָקסישער וועלט, לערנען מיר די ייִדישע קינדער אַ מאָדנעם אויסקלײַב אינפֿאָרמאַציע. מיר לערנען אין אַלגעמיין נאָר דרײַ זאַכן: רעליגיעזע ענינים (דאַוונען, חומש, מינהגים, און אוראַלטע געשיכטע), ציוניזם (וואָס רעכנט אַרײַן די געשיכטע פֿון דער מלוכה, ציוניסטישע באַוועגונגען, הײַנטצײַטיקע פּאָליטיק, און ישׂראלדיקע וועלטלעכע קולטור), און אין געוויסע פֿאַלן, לערנען מיר וועגן דעם חורבן אויך.

אָט דער לערנפּלאַן איז באַשטימט געוואָרן בכּיוון צוליב כּלערליי היסטאָרישע סיבות. אָבער מיר געהערן איצט צו אַ דור, וואָס געדענקט שוין נישט אָט די אַלע סיבות, און וואָס הייבט אָן פֿרעגן די געהעריקע און קענטיקע פֿראַגעס, ווי למשל: פֿאַר וואָס לערנען מיר אונדזער אַשכּנזיש יוגנט זייער ווייניק וועגן דעם, וואָס האָט די גרעסטע שײַכות צו זייער לעבן? וועגן דער פֿאַרשיידנקייט פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה — די באַוועגונגען, עטנישער פֿאַרשיידנאַרטיקייט, און די חסידישע קהילות, למשל? וועגן דער געשיכטע, וואָס די אייגענע באָבע־זיידע אָדער עלטער־באָבע־זיידע האָבן דורכגעלעבט, אַחוץ דעם חורבן, ווי למשל, גענעאַלאָגיע, אַמעריקאַנער אימיגראַציע, אַסימילאַציע, באַציִונגען צווישן ייִדן און פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע געזעלשאַפֿטן? וועגן די לענדער, פֿון וועלכע אונדזערע משפּחות שטאַמען: מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע? דער עיקר, לערנען עס די קינדער אויף אַ לעבעדיקן אופֿן, וואָס זאָל איבערגעבן דאָס וויכטיקסטע פֿון די לענדער און קהילות, פֿון וועלכע אונדזערע משפּחות זײַנען אַרויסגעוואָקסן (ד”ה, נישט נאָר וועגן פּאָגראָמען, דעם חורבן, און שטעטל־נאָסטאַלגיע). און בפֿרט, וועגן קולטור.

פֿאַר וואָס לערנען מיר די קינדער וועגן פֿאַלאַפֿעל און ווי אַזוי צו רעדן עבֿרית, אָבער מיר לערנען זיי גאָרנישט וועגן דעם, וואָס זייערע באָבע־זיידעס האָבן געגעסן, געטאַנצט, געזונגען, געלייענט, פֿאַרבראַכט, און דאָס וויכטיקסטע, ווי אַזוי זיי זײַנען געוואָרן פֿון שטעטל־ייִדן — מאָדערנע מענטשן (נאָך איידער זיי זײַנען אָפּגעפֿאָרן פֿון אייראָפּע)?

ווי נאָר מע הייבט אָן שטעלן אַזעלכע פֿראַגעס, דערוויסט מען זיך, אַז זיי זײַנען בולטע, יסודותדיקע. אפֿשר בין איך צו אָפּטימיסטיש, אָבער איך מיין, אַז עס קומט די צײַט, ווען די אָרגאַניזירטע ייִדישע קהילה הייבט אָן טראַכטן וועגן די דאָזיקע פֿראַגעס. עס איז נישט קיין סוד, אַז אַ סך „העברעיִשע שולן‟ זײַנען איצטער באַרימט ווי אַ מין קינדער־תּפֿיסה, פֿון וועלכער ייִדישע קינדער ווילן פּטור ווערן וואָס גיכער. מע אָרגאַניזירט גאַנצע קאָנפֿערענצן וועגן דעם, ווי אַזוי צו פֿאַרריכטן די־אָ „צעבראָכענע שיטה‟.

אויך דער „פּיו־באַריכט‟ פֿון 2013, וואָס האָט אַרויסגעבראַכט אַ סטאַטיסטיק וועגן דעם הויכן פּראָצענט פֿון אַסימילאַציע, האָט דערשראָקן די קהילה און געעפֿנט די טויערן פֿאַר נײַע שמועסן וועגן דער ייִדישער קינדער־דערציִונג. עס איז קלאָר, אַז אַ גרויסע צאָל ייִדיש יונגוואַרג האַלט נישט, אַז ייִדישקייט איז שייך זייער לעבן, און מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אינסטיטוציעס זײַנען זיך מודה, אַז שולדיק דערין איז אונדזער דערציִונג־שיטה.

ווי אַזוי זשע איז דאָס שײך דעם הײַנטיקן מצבֿ אין מדינת־ישׂראל? קודם־כּל, זײַנען די וואָרצלען די זעלבע. די ישׂראלדיקע פּאָליטיק איז אויסגעוואָקסן פֿון עטלעכע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע שורשים, וואָס זײַנען די זעלביקע שורשים, פֿון וועלכע ס’איז אַרויס די אַמעריקאַנער ייִדישע קינדער־דערציִונג־שיטה. צוליב אָט די אידעאָלאָגישע שורשים שטעלט מען אַזאַ טראָפּ אויף רעליגיע, ציוניזם, און דעם חורבן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קינדער־דערציִונג, בשעת מע מײַדט אויס צו לערנען וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור און געשיכטע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די שורשים זײַנען קאָמפּליצירטע און פֿאַרשיידענע, אָבער איך קען דאָ דערמאָנען אַ קליינע רשימה:

— דער געדאַנק, אַז ייִדן און ייִדישע קהילות אין דעם אייראָפּעיִשן גלות זײַנען געווען שוואַך און דערפֿאַר טראָגן זיי אין אַ געוויסער מאָס דאָס אַחריות פֿאַר זייער פֿריצײַטיקן אומקום;

— אַז ייִדיש און די מיזרח־אייראָפּעיִשע געשיכטע בכלל זײַנען אַ מעטאָנימיע פֿון אָט דער שוואַכקייט, און דאַרפֿן צוליב דעם פֿאַרגעסן ווערן און אַפֿילו אָפּגעווישט ווערן;

— אַז דאָס זיכערסטע מיטל קעגן אַ צוקונפֿטיקער לעבנס־געפֿאַר איז מיליטערישער כּוח;

— אַז אַנשטאָט צו זײַן אַ שטעטל־ייִדן דאַרפֿן מיר ווערן תּנ”ך־ייִדן;

— אַז כּדי זיך אויסצולערנען זײַן תּנ”ך־ייִדן (און דאָס איז שוין אַ סודותדיקע מעשׂה, וואָס מע טאָר נישט אויסזאָגן אַפֿילו זיך אַליין), דאַרף מען זיך לערנען בײַ די אַראַבער און בײַ די מיזרח־ייִדן;

צו די אַלע פּײַנלעכע סתּירות דאַרף איך צוגעבן נאָך איינע: פֿון איין זײַט, שאַפֿן די ישׂראלדיקע ייִדן אַ נײַעם, בעצם וועלטלעכן אופֿן, ווי אַזוי צו זײַן אַ ייִד. גלײַכצײַטיק, טענהן די אַמעריקאַנער ייִדן, אַז ייִדישקייט איז נאָר אַ רעליגיע, און נישט קיין אידענטיטעט, כּדי זיך צוצופּאַסן צו דער וועלטלעכער (באַהאַלטענערהייט — קריסטלעכער) אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. און בשעת־מעשׂה באַקלאָגט מען זיך, ווײַל די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך ניט מיט ייִדישקייט!

ווי פֿריִער געזאָגט, מיין איך, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה האַלט בײַם ברעג פֿון אַ בײַט, און זי ווייסט, אַז אָט דער בײַט דאַרף זיך מסתּמא אָנהייבן פֿון דער דערציִונג־סיסטעם. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אפֿשר וואָלט אַן אַנדער מין דערציִונג, וואָס זאָל נישט געבויט ווערן אויף אָט דער לאַנגער רשימה סתּירות, דערפֿירן צו אַ נײַעם באַנעם לגבי מדינת־ישׂראל צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. צי מע וויל יאָ, צי נישט, וועט דער אופֿן, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה וועט באַנעמען מדינת-ישׂראל, האָבן זייער אַ וויכטיקע השפּעה אויף דעם, וואָס ס׳וועט פֿאָרקומען אין מיטעלן מיזרח.

אַז מע רעדט וועגן קינדער־דערציִונג, איז פֿאַרשטענדלעך: מע רעדט וועגן אַן ענין פֿון דורות. ס’איז נישט עפּעס אַזוינס, וואָס קען זיך בײַטן, צי עפּעס, וואָס קען בײַטן די קהילה אין איין מעת־לעת, און ס׳וועט נישט העלפֿן קיין פֿײַער־הפֿסקה צווישן מדינת־ישׂראל און „כאַמאַס‟. אָבער פֿאָרט דאַרף מען אַרבעטן אויף די וואָרצלען פֿונעם מצבֿ, און נישט נאָר אויף די צווײַגן און בלעטער. איך בלײַב איבערצײַגט, אַז דאָס איבערמאַכן דעם לערנפּלאַן פֿאַר קינדער איז דער בעסטער אופֿן (אָדער כאָטש מײַן אופֿן) צו אַרבעטן איבער די וואָרצלען. דער שליסל צום לערנפּלאַן איז די געשיכטע; און דער שליסל צו דער געשיכטע — די ייִדישע שפּראַך.

דערפֿאַר בין איך דאָ אין ייִוואָ, זיך אויסצולערנען וויפֿל איך קען נאָר. פֿון צײַט צו צײַט ציט דאָס האַרץ צו עבֿרית און צו אַראַביש, און עס ווילט זיך לייענען אַ שלל אַרטיקלען וועגן דער הײַנטיקער פּאָליטיק. אָבער דערווײַל באַמי איך זיך צוגרייטן צו ביסלעך צו אַרבעטן איבער די וואָרצלען. דורך דעם ווער איך אַליין אַ צווײַג פֿון דעם גאַנצן בוים ייִדנטום, וואָס פּרוּווט אין די־אָ שווערע צײַטן זיך צו געבן אַן עצה, ווי פֿון בראשית אָן.