פֿונעם 24סטן ביזן 26סטן יוני איז אין באָסטאָן פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ, „ווינער אינעם 21סטן יאָרהונדערט‟, אָרגאַניזירט דורכן „אינסטיטוט פֿון עלעקטרישע און עלעקטראָנישע אינזשענירן‟ (IEEE) — די גרעסטע וועלט־אַסאָציאַציע פֿון טעכנאָלאָגיע־מומחים מיט איבער 429,000 מיטגלידער. באָסטאָן איז אַ באַרימטער צענטער פֿון קאָמפּיוטערײַ־פֿאָרשונגען אין דער וועלט, פֿאַרבונדן מיט די נעמען פֿון אַ סך וועלט־באַרימטע וויסנשאַפֿטלער, אַרײַנגערעכנט נאָרבערט ווינער — דער פֿאָטער פֿון קיבערנעטיק.
די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ זענען אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, וואָס קאָנען פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש אויסזען ווי אַ מאָדנער מישמאַש פֿון ענג־ספּעציאַליזירטע קאָמפּיוטערישע געביטן און ברייטע אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און געזעלשאַפֿט, מעטאַפֿיזיק, מאַרטין הײַדעגערס עקזיסטענציאַליזם און אַפֿילו אײַזיק אַזימאָווס פֿאַנטאַסטישע ראָמאַנען.
דאָס איז נישט קיין חידוש, ווײַל ווינער האָט איבערגעלאָזט אַ פֿילזײַטיקע איטעלעקטועלע ירושה, וואָס האָט אַ שײַכות צו לינגוויסטיק, סעמיאָטיק, פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, פּאָליטיק, סאָציאָלאָגיע און אַפֿילו ייִדישקייט. הגם ווינער איז נישט געווען קיין רעליגיעזער מענטש, האָט דער „מאַסאַטשוסעטשער אינסטיטוט פֿון טעכנאָלאַָגיע‟ (MIT), וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1964, ווען ווינער איז ניפֿטר געוואָרן, זײַן בוך „גאָט און גולם‟, וווּ ער באַטראַכט פֿאַרשיידענע רעליגיעזע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס.
אינעם דאָזיקן בוך מאַכט ווינער דעם אויספֿיר, אַז אין דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם הערשט די עבֿודה־זרה פֿון געברויך און אומיושר אונטער פֿאַלשע לאָזונגען פֿון „פֿרײַען מאַרק‟ און „עקאָנאָמישן וווּקס‟. די זעלבע עבֿודה־זרה, דערקלערט ער ווײַטער, האָט אויך געהערשט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אונטער די פֿאָנען פֿון מאַרקסיזם און דער „דיקטאַטור פֿון פּראָלעטאַריאַט‟. בײַם סוף פֿונעם בוך, קריטיקירט ער דעם מהר״ל פֿאַרן געדאַנק צו שאַפֿן אַ ליימענער כּמו־מענטש, און וואָרנט, אַז די מאַשינען זענען די הײַנטיקע גולמס, וואָס די אומאַחריותדיקע מאַכטהאָבער קאָנען אויסנוצן פֿאַר סכּנותדיקע צוועקן.
דאָס איז אַ פּעסימיסטישער בײַשפּיל פֿון ווינערס געדאַנקען־גאַנג. קיבערנעטיק ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַן אַלטמאָדישער סינאָנים פֿון קאָמפּיוטערײַ, און ווינערס פֿאָרשונגען האָבן טאַקע שטאַרק געווירקט אויף דער אַנטוויקלונג פֿון די פֿריִיִקע קאָמפּיוטערס אין די 1950ער יאָרן. אין דער אמתן, איז עס אָבער אַ צווישן־דיסציפּלינערער צוגאַנג צו אַלערליי סיסטעמען, פֿון מאַשינען ביז מענטשן, בעלי־חיים, סאָציאַלע סטרוקטורן און נאַטור־סבֿיבֿות. קיבערנעטיק שטרעבט צו אַנאַליזירן אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן די ענינים פֿון קאָנטראָל, קאָמוניקאַציע און באַציִונגען.
ווינער איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, אינעם יאָר 1894, בײַ אַ ביאַלאָסטאָקער ייִדיש־פֿאָרשער, לעאָ ווינער, און אַן אַמעריקאַנער אַסימילירטער „יעקישער‟ דײַטשיש־רעדנדיקער מאַמע, בערטאַ קאַן. זײַן טאַטע — אַ פּאָליגלאָט, וועלכער האָט געקענט אַ פּאָר צענדליק שפּראַכן — איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער פֿילאָלאָגיע. אינעם 1899, האָט ער אַרויסגעגעבן אויף ענגליש דאָס ערשטע בוך וועגן דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. לעאָ ווינער האָט אויך איבערגעזעצט 24 בענד פֿון לעוו טאָלסטויס ווערק אויף ענגליש: זײַענדיק אַ נאָכפֿאָלגער פֿון די פּאַציפֿיסטיש־אַנאַרכיסטישע געדאַנקען פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער, האָט ער געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ וועגעטאַרישע קאָמונע אין בעליז; דווקא צוליב דעם איז ער געקומען קיין אַמעריקע.
דער וויסנשאַפֿטלער האָט דעפֿינירט קיבערנעטיק אינעם יאָר 1948 ווי „די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג פֿון קאָנטראָל און קאָמוניקאַציע אין אַ לעבעדיקן אָרגאַניזם און אַ מאַשין‟. די סאָוועטישע רעגירונג האָט באַלד פֿאַרשטאַנען דעם וויסנשאַפֿטלעכן פּאָטענציאַל פֿון די אַמעריקאַנער חידושים, אָבער פֿאַרדאַמט, צוערשט, די סאָציאַלע אַספּעקטן פֿון קיבערנעטיק ווי „רעאַקציאָנערע אויסטראַכטענישן‟; נאָך סטאַלינס תּקופֿה זענען די טענות בטל געוואָרן.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז ווינער געווען אומצופֿרידן מיט דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אָפּגעשאַצט די סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער. ער האָט פֿרײַ פֿאַרשפּרייט זײַנע פֿאָרשונגען אין דער וועלט און געהאָפֿט צו לייזן עקאָנאָמישע צרות אין די אָרעמע לענדער מיט דער הילף פֿון אויטאָמאַטישער פּלאַנירונג. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַמעריקאַנער מלוכישע סובסידיעס און נישט געוואָלט אַרבעטן לטובֿת מיליטערישע פּראָיעקטן. צוליב דעם, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אויף אים אויך געקוקט מיט אַ חשד און באַטראַכט אים ווי אַ פּראָ־סאָוועטישן פּאַרשוין.
ווי מע זעט פֿונעם בוך „גאָט און גולם‟, האָט ווינער זיך באַצויגן היפּש נעגאַטיוו צו ביידע צדדים פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟. דאָס וואָרט „קיבערנעטיק‟ שטאַמט פֿון גריכיש און מיינט די חכמה אָדער די קונסט פֿון פֿירערשאַפֿט. צום ערשטן מאָל ווערט דער דאָזיקער טערמין אויסגענוצט אין פּלאַטאָנס דיאַלאָגן מיט סאָקראַט, וווּ עס גייט טאַקע אַ רייד וועגן רעגירונגען. למעשׂה, פֿאָקוסירט זיך קיבערנעטיק מער דווקא אויף זיך־אָרגאַניזירנדיקע און זיך־רעגולירנדיקע סיסטעמען, וווּ יעדער טייל איז משפּיע קעגנזײַטיק אויפֿן צווייטן. אַ סיסטעם, וווּ איין זײַט האָט אַן אַבסאָלוטן קאָנטראָלן איבער דער צווייטער, איז נישט אינטערעסאַנט פֿונעם קיבערנעטישן קוקווינקל.
אַ סך אונטערנעמונגען אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון קאָמפּיוטערײַ זענען פֿאַרבונדן מיט געשיכטע. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער באָסטאָנער קאָנפֿערענץ האָבן דערקלערט, אַז זיי ווילן באַקענען דעם יונגן דור מיט ווינערס ירושה און „אַרײַנברענגען אים פֿון ס‘נײַ‟ אינעם נײַעם יאָרהונדערט.
די היסטאָרישע קאָמפּיוטערײַ אַנטוויקלט זיך צומאָל אויף גאָר חידושדיקע אופֿנים. אין שײַכות מיט ווינער און קיבערנעטיק, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ גוטן בײַשפּיל. צווישן די סאָוועטישע ליבהאָבער פֿון קאָמפּיוטערײַ, אין די 1980ער יאָרן, זענען געווען זייער פּאָפּולער פּראָגראַמירלעכע קאַלקולאַטאָרס — בעצם, פּיצל־קליינע קאָמפּיוטערס. ווי אַ קינד, האָב איך פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג, פּראָגראַמירנדיק אַזאַ מכשיר און זוכנדיק דאָרטן אומדאָקומענטירטע סודות.
אין אַ סאָוועטיש בוך וועגן קיבערנעטיק, וואָס שילדערט, ווי אַזוי צו פּראָגראַמירן די דאָזיקע מאַשינקעס, איז אַ גאַנצער קאַפּיטל געווידמעט דעם קיבערנעטישן צוגאַנג, וואָס באַטראַכט דאָס לעבן ווי אַ שפּיל. אינעם יאָר 2012, האָט דער רוסישער „העקער‟ פֿעליקס לאַזאַרעוו פֿאַרענדיקט אַ ריזיקע פֿאָרש־שטודיע אָדער גיכער טאַקע אַ שפּיל־פּראָיעקט. מיט דער הילף פֿון אַ מיקראָסקאָפּ, האָט ער אויפֿגעעפֿנט די „בעבעכעס‟ פֿון די אַלטע סאָוועטישע קאַלקולאַטאָרס, פֿאַרשטאַנען זייערע סודות ביז די קלענסטע פּיטשעווקעס, און געשאַפֿן אַן עמולאַטאָר — אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מאַכט נאָך גענוי די פֿונקציעס פֿונעם היסטאָרישן מכשיר.
די רעזולטאַטן פֿון לאַזאַרעווס פֿאָרשונגען זענען פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. אויפֿן סמך פֿון זײַן פֿאָרשונג, האָט עמעצער נישט לאַנג צוריק געשאַפֿן אַן אינטערנעץ־ווערסיע פֿון דער פּראָגראַם און זי אַרויסגעשטעלט אויף אַ ספּעציעלער וועבזײַט, mk-61.moy.su. דער נאָמען פֿון דער וועבזײַט איז אַ שפּור פֿון דער קורצער ווײַל, ווען מע האָט רעגיסטירט דעם לאַנד־קאָד (SU) פֿונעם זיך־צעפֿאַלנדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד אויף דער אינטערנעץ, אינעם יאָר 1990. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס אַלטע סאָוועטישע קאָמפּיוטערל לעבט ווײַטער „אויף יענער וועלט‟ אין אַ ווירטועלער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אַ מין דענקמאָל צו אַלטמאָדישע טעכנאָלאָגיעס.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אילוסטרירט אַזאַ פּראָיעקט גאַנץ גוט דעם תּמצית פֿון קיבערנעטיק. אַ מענטש באַמיט זיך שווער יאָרן־לאַנג, נישט האָבנדיק דערפֿון קיין גשמיותדיקע הנאָה, כּדי „מחיה־מתים‟ צו זײַן אַ נוצלאָזיקן פֿאַרצײַטיקן מכשיר. אַ הײַנטיקער האַנט־קאָמפּיוטער פֿאַרמאָגט אַ זכּרון מיליאָנען מאָל גרעסער און קאָן רעכענען אַ מיליאַרד מאָל גיכער. צוליב וואָס האָט עמעצער באַשלאָסן אַרײַנצולייגן אַזויפֿיל מי אין אַזאַ פּראָיעקט?
טעכניש־אָריענטירטע מענטשן באַציִען זיך אָפֿט נאָסטאַלגיש צום עלעקטראָנישן אַלטוואַרג. ס׳איז אויך זייער באַלערנדיק דורכצופֿירן אַזאַ פּראָיעקט אין אַ פּשוטער היים־לאַבאָראַטאָריע. אַזאַ קאַלקולאַטאָר האָט אַמאָל געטראָגן דער עקיפּאַזש פֿון אַ סאָוועטישן קאָסמאָס־שיף, דערפֿאַר האָט ער אויך אַ היסטאָרישע ווערט.
אין דעם פֿאַל, האָט עמעצן זיך אײַנגעגעבן אַרײַנצוברענגען אינעם נײַעם יאָרהונדערט נישט אַ פּערזענלעכקייט, נאָר אַ האַלב־פֿאַרגעסענעם עלעקטראָנישן מכשיר, וואָס סימבאָליזירט אַ געוויסע מענטשלעכע סבֿיבֿה, וואָס רופֿט בײַ געוויסע מענטשן אַרויס וואַרעמע געפֿילן. אַ מענטש באַלעבט אויף דער אינטערנעץ אַן אַלטע מאַשין, כּדי זי זאָל ווײַטער ווירקן אויף נאָסטאַלגישע און נײַגעריקע מענטשן, ווערנדיק דערבײַ אַליין אַ טייל פֿון אַ קיבערנעטישן באַציִונג־ציקל.
ווען ווינער וואָלט דערלעבט ביז דער הײַנטיקער תּקופֿה, וואָלט ער זיכער אויפֿגענומען אַזעלכע פֿענאָמענען מיט אַ גרויסן אינטערעס. ס׳איז טאַקע וויכטיק צו באַטראַכטן זײַן ירושה אינעם נײַעם יאָרהונדערט, ווען די סימביאָטישע באַציִונגען צווישן מענטשן און מאַשינען האָבן דערגרייכט אַזאַ פּאַראַדאָקסאַלן פֿאַרנעם, אַז ס׳איז שווער אַמאָל צו זאָגן, ווער איז דער עיקרדיקער משפּיע, דער מענטש צי די מאַשין?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.