בעת די ייִדן גרייטן זיך אָפּצומערקן תּשעה־באָב דעם קומענדיקן דינסטיק, געפֿינט זיך מדינת־ישׂראל אין אַ ביטערער מלחמה. נעמענדיק אין באַטראַכט די טרויעריקע שטימונג פֿון תּשעה־באָבֿ און די אַלטע טראַדיציע פֿון אָפּגעבן זיך אַ דין־וחשבון אין יענעס טאָג, איז איצט מסתּמא די פּאַסיקסטע צײַט פֿאַר אַזאַ תּענית.
תּשעה־באָבֿ זוכן מיר אַ פֿאַרבינדונג מיט די ייִדן, מיט אַלע ייִדן, פֿון אַמאָל — סײַ די שווערע תּקופֿות, סײַ די גליקלעכע. אויפֿהאַלטן אַזאַ אַחדות איז אָבער נישט קיין גרינגע זאַך. ווי מיר ווייסן, האָבן די ייִדן תּמיד ליב געהאַט צו פֿירן וויכּוחים — בפֿרט מיט אַנדערע ייִדן. הײַנט אויך אַזוי. הגם די מלחמה אין עזה געניסט פֿון אַ זעלטענעם קאָנסענסוס אין ישׂראל גופֿא, וואַקסט בײַ די ייִדן מחוץ ישׂראל אַ ממשותדיקע חילוקי־דעות וועגן דעם ענין. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי קענען מיר פֿירו דעבאַטעס איינער מיטן צווייטן, און גלײַכצײַטיק בלײַבן פֿאַראייניקט?
זינט די תּנכישע צײַטן, האָבן די ייִדן באַטראַכט די ענינים טויט און חורבֿה ווי געשעענישן, וואָס קומען פֿון דרויסנדיקע כּוחות, אָבער האָבן אויך פֿאַררענכט זיי ווי אַ געלעגנהייט צו באַטראַכטן אונדזערע אייגענע חסרונות און אַחריותן. חז״ל זאָגט, אַז דער צווייטער בית־המיקדש איז צעשטערט געוואָרן אינעם יאָר 70 פֿון דער איצטיקער צײַט־רעכענונג צוליב שׂינאת־חינם צווישן ייִדן — פֿײַנטשאַפֿט אָן שום סיבה.
הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק (1865־1935), דער ערשטער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון ארץ־ישׂראל און דער גרינדער פֿון דער שיטה פֿון רעליגיעזן ציוניזם, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן זאָג, אַז מע וועט בלויז קענען איבערבויען דעם בית־המיקדש דורך „אַהבֿת חינם‟ — ליבשאַפֿט אָן שום סיבה. אַז מע הערט הײַנט די ביטערע מחלוקתן, וואָס די מלחמה אין עזה האָט אַרויסגערופֿן, איז כּדאַי זיך אָפּצולערנען פֿון אַ צווייטן פּרינציפּ בײַ הרבֿ קוק: דאָס וויסן ווי אַזוי צו פּאָלעמיזירן.
אינעם פֿריִערדיקן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן געהאַט ריזיקע חילוקי־דעותן צווישן זיך. ציוניסטן, סאָציאַליסטן, נאַציאָנאַליסטן, טראַדיציאָנעלע פֿרומע, ליבעראַלע ייִדן און אַנדערע האָבן זיך שטאַרק געקריגט וועגן די געראָטנסטע מיטלען צו פֿאַרזיכערן אַ פֿיזישע און קולטורעלע צוקונפֿט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. הרבֿ קוק, וועלכער האָט פֿון מיזרח־אייראָפּע זיך אַריבערגעקליבן קיין ארץ־ישׂראל אין 1904, האָט זיך געפֿונען אין מיטן פֿון די דעבאַטעס און האָט געפּרוּווט, דורך זײַן טיפֿער למדות, טעאָלאָגישן קוראַזש און סימפּאַטישער פּערזענלעכקייט, צו געפֿינען דעם שליסל צו שלום צווישן ייִדן, אָבער אויך גלײַכצײַטיק פֿאַרטיידיקן דאָס רעכט פֿון יעדן ייִד אָנצוהאַלטן זײַן שטעלונג.
„דרײַ כּוחות געפֿינען זיך אין יעדן מענטשן,‟ האָט הרבֿ קוק געשריבן. „זײַן הייליקייט, זײַן נאַציאָנאַלע אידענטיטעט און זײַן מענטשלעכקייט.‟ בײַ ייִדן הײַנט זעט מען דרײַ אַנדערע שטראָמען, וואָס זענען אָפֿט סותר איינער דעם צווייטן: נאַציאָנאַליזם, ליבעראַליזם און פֿרומקייט.
אַלע דרײַ שטראָמען אַנטהאַלטן אַ געוויסן אמת, און דערפֿאַר איז וויכטיק זיך אויסלערנען ווי אַזוי לײַטיש אויסצוהערן די שטעלונגען פֿון מענטשן, מיט וועלכן מיר זענען נישט מסכּים. דאָס מיינט נישט אין גאַנצן פֿאַרווערן אַ חילוקי־דעות, אָבער בלויז אָנערקענען די מעלות פֿון דער צווייטער שטעלונג: נאַציאָנאַליזם, למשל, שטאַמט, נאָך אַלעמען, פֿון אַ טיפֿער ליבשאַפֿט צום אייגענעם פֿאָלק; פֿרומקייט שטאַמט פֿון אַ בענקשאַפֿט נאָך גאָטס גענאָד; ליבעראַליזם שטאַמט פֿון אַ וויזיע פֿון דער גאַנצער מענטשהייט, וואָס קאָן לעבן בשלום, ווי גאָט אַליין וויל.
אַ וויכטיקע זאַך צו האַלטן אין זינען איז, אַז יעדער מענטש מיט וועמען הרבֿ קוק האָט געפֿירט וויכּוחים איז, אויף זײַן אייגענעם אופֿן, געווען שטאַרק צוגעבונדן צום ייִדישן פֿאָלק. זײַן פֿאַרברענטער גלויבן אין אַ געוויסער אידעאָלאָגיע איז פּשוט געווען אַ קאַמף צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדן זאָלן האָבן אַ זיכערע צוקונפֿט. דערפֿאַר איז וויכטיק פֿאַר אונדז הײַנט, בעת מיר פּרוּוון גיבן צו פֿאַרשטיין אונדזערע ייִדישע ברידער און שוועסטער אונדזער פּאָזיציע, זאָלן מיר אַליין פֿאַרשטיין, אַז אַלע טוען מיר עס צוליב דער זעלבער סיבה: צוליב אונדזער צוגעבונדנקייט צום ייִדישן פֿאָלק. דאָס דאַרף זײַן אַ לעקציע פֿאַר אונדז סײַ תּשעה־באָבֿ, סײַ יעדן טאָג פֿון יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.