לענאָקס, מאַסאַטשוסעטס. — אַ בראָנדזענער ביוסט פֿון לענאַרד בערנשטיין (1918־1980), איינער פֿון די גרעסטע פֿיגורן פֿון דער קלאַסישער מוזיק אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געוואָרן אין טאַנגלוווּד, די זומערהיים פֿונעם באָסטאָנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער.
די סקולפּטור, געשאַפֿן פֿון פּענעלאָפּי דזשענקס, איז די צווייטע פֿון אַ ריי פּלאַנירטע סקולפּטורן, וואָס שילדערן די באַרימטסטע מוזיקער, וועלכע האָבן אויפֿגעטראָטן אין טאַנגלוווּד. די ערשטע סקולפּטור, אויך פֿון דזשענקס, איז פֿון אַ צווייטן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר — אַהרן קאָפּלאַנד, בערנשטיינס לערער און וועגווײַזער, וועלכער האָט אין 1940 געעצהט דעם יונגן בערנשטיין צו נעמען אַ דיריגיר־קלאַס, וואָס דער באַרימטער דיריגענט סערזש קוסעוויצקי האָט געגעבן אין טאַנגלוווּד.
שפּעטער איז בערנשטיין אַליין געוואָרן דער דיריגענט פֿונעם ניו־יאָרקער פֿילהאַרמאָניק, און אויך דיריגירט קאָנצערטן איבער דער וועלט, בפֿרט אין ישׂראל.
„טאַנגלוווּד איז תּמיד געווען, און וועט אייביק פֿאַרבלײַבן די גײַסטיקע היים פֿון לענאַרד בערנשטיין,‟ האָט באַמערקט דער קאָמפּאָזיטאָר און „אָסקאַר‟־געווינער, דזשאָן וויליאַמס, וועלכער פֿינאַנצירט די סעריע סקולפּטורן בײַם באָסטאָנער סימפֿאָנישן אָרקעסטער.
אַ צאָל פֿון בערנשטיינס ווערק האָבן אָפּגעשפּיגלט זײַנע ייִדישע וואָרצלען, ווי, למשל, זײַן סימפֿאָניע „קדיש‟ און „די טשיטשעסטער תּהילים‟. אַ קינד פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון אוקראַיִנע, האָט בערנשטיין אָפֿט געזאָגט, אַז ער איז שטאַרק משפּיע געוואָרן פֿון שלמה בראַסלאַווסקי, דער אייראָפּעיִש־געבוירענער כאָר־דירעקטאָר און אָרגל־שפּילער אין זײַן משפּחהס שיל, „מישכּן־תּפֿילה‟, אין באָסטאָן.
בערנשטיין, וועלכער האָט געלערנט קלאַסן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט פֿון 1951 ביז 1956, האָט געגרינדעט דעם „פֿעסטיוואַל פֿון שאַפֿערישער קונסט‟ בײַם אוניווערסיטעט אין 1951, און האָט געדינט אויף דער עקזעקוטיווע פֿון 1976 ביז 1981. צו 70 יאָר איז בערנשטיין באַצייכנט געוואָרן ווי דער ערן־דיריגענט פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.
בערנשטיין האָט אויך קאָמפּאָנירט אַ סך לידער פֿאַר בראָדוויי־מיוזיקלס. זײַן באַוווּסטסטע פּאַרטיטור — די פּיעסע „וועסט סײַד סטאָרי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.